דמשק – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן אפגעשטאט א סורפרייז באזוך אין סיריע, וואו ער האט זיך געטראפן מיט רוסישע טרופן אין דער האמימאם מיליטערישע באזע, און ער האט פארארדענט די ארטיגע סטאנציאנירטע רוסישע קאמאנדירן אנצוהייבן די פראצעדורן פון אהיימברענגען אלע רוסישע טרופן פון סיריע, וויבאלד מען האט שוין דערגרייכט דעם ציל פון באזיגן אייסיס.
ביים באזוך אינעם האמימאם באזע, איז דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד אראפגעקומען זיך צו טרעפן מיט פוטין, און אסאד האט זיך פערזענליך באדאנקט פאר די רוסישע טרופן פאר זייער ארבעט. נאכ’ן באזוך אין סיריע, איז פוטין אפגעפלויגן קיין עגיפטן, פאר א באגעגעניש מיט’ן עגיפטישן פרעזידענט אבדעל פאטאח על סיסי.
פוטין האט אויך באזוכט אין טערקיי, וואס די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן פארהיילן און מ’דערווארט א האנדלס אפמאך צו ווערן אונטערגעשריבן.
קרעדיט: דער איד