טשיקאווע נייעס

שטעטל אין ווערמאנט ערוועלט זייער העלדישע ציגעלע ‘לינקאלן’ אלס מעיאר

איינוואוינער אין א שטעטל אין ווערמאנט האבן די וואך ערוועלט צום ערשטן מאל א דריי יעריגע ציגעלע אלס מעיאר, דער רעספעקטירטער ציגעלע מיטן נאמען לינקאלן.

די יונגע ציגעלע וועט אנהייבן סערווירן אפיציעל קומענדיגן דינסטאג, נאכדעם וואס זי האט געהאט 13 שטימען, קעגן איר קעגנער וואס האט באקומען 10 שטימען – דאס איז א הינט מיטן נאמען סעמי…

די איבעריגע 14 שטימען זענען געגאנגען פאר אנדערע שטוב באשעפענישן, רוב פון זיי קעץ, און איינער פון זיי גאר א ראט מיטן נאמען קריסטאל…

דורכאויס דעם קאדענציע וועט דער ניי ערוועלטער מעיאר ר’ ציגל לינקאלן דארפן אנוועזנד זיין ביי אלע לאקאלע מעמדים, און מיטשפאצירן אין די חגאות מיט סימבאלישע קליידונג.

די רעדע איז פון א שטעטל וואו עס וואוינען 2,500 מענטשן אן קיין עכטער מעיאר. דער ארטיגער פירער פון שטאט דזשאזעף גאנטער זאגט אז ער האט שוין געהערט איבער א צווייטע ארט וואו מען מאכט די זעלבע שפיל.

עס קאסט 5 דאלער פאר די בעה”ב פונעם באשעפעניש צו לויפן אלס קאנדידאט, מיט די געלט האט ער פלאנירט צו עפענען א שטאטישן פארק. למעשה איז קוים אריין 100 דאלער, אבער ער האט געזאגט אז די פארמעסט גייט ווייטער.

ס’איז נישט דער ערשטער באשעפעניש אלס מעיאר אין די צעדרייטע אמעריקע… דער ערשטער איז געווען א קעצל מיטן נאמען סטאבס וואס האט געדינט פאר 20 יאר אלס מעיאר פון טעלקיטנע אין אלאסקע, און זי איז געשטארבן איינס און א האלב יאר צוריק. סטאבס איז געווען א געלונגענע מעיאר, און אפילו געהאט א טוויטער אקאונט פאר אלע אנגעלעגנהייטן, אינערן און אויסערן…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.