די יאפאנעזע מידיע האט באריכטעט אז צענדליגע מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א וואלפיש האט אריינגעשמעטערט אין א פעררי שיף וועלכע האט געטראגן 121 פאסאזשירן און 4 מאטראזן.
די עקסידענט האט פאסירט קעגן די סאדו אינזל, און לויט די באריכטן זענען אמווייניגסטנס 87 מענטשן פארוואונדעט געווארן, צווישן זיי פינף גאר קריטיש.
לויט א באריכט אין די “קיאודו” קאנאל פון יאפאן האט זיך געעפנט א שפאלט פון 15 סענטימעטער אינעם בויך פונעם שיף, אבער עס האט סוקסעספול דערגרייכט דאס אינזל פון קעגן איבער, וואס געפנט זיך אויף די מערב ברעג פון האנשו, די הויפט אינזל פון יאפאן, מיט א שעה שפעטער פון ווען זי האט געדארפט אנקומען.