די פאליציי אין שפאניע האט באפרייט צוויי אלטע מענטשן וועלכע זענען געווען איינגעשפארט אין א הויז אין טשיקלאנע דע לא פראנטרא, א רעזארט שטעטל אין אין דרום שפאניע, וואס זענען געווען פארדראגט. עס זענען דא ערנסטע פארדאכטן אז פיר אנדערע אלטע זענען געשטארבן אין דעם הויז נישט איבערלעבנדיג די געפענגעניש.
די הויז וואו זיי זענען געפינען געווארן באלאנגט פאר א דייטשע-קיובאנע פארפאלד, וואס האבן זיך באפריינדעט מיט די אלטע, און פארגעשלאגן זיי אריינצונעמען און זיך אפגעבן מיט זיי.
דאס פארפאלק האט דאן זיי אריינגעטראגן צו זיך אין שטוב, און גע’גנב’עט דאס גאנץ פארמעגן פון די אלטע מענטשן. אין די לעצטע פיר יאר האבן זיי זיך איינגעזאמלט אזויפיל ווי 1.87 מיליאן יורא פון די גניבות.
דאס איז אנטדעקט געווארן נאכדעם וואס די שפאנישע פאליציי האט געזוכט די פארלוירענע 101 יעריגע מאריא באבס אויף די פארלאנג פון די דייטשע פאליציי. מען האט איר געזוכט און געפינען אין א מושב זקנים אין טשיקלאנע וואו זי איז געווען אין א שווערע מצב.
דורכאויס די אויספארשונגען האט זי פארציילט אז די דייטשע-קיובאנע פארפאלק האט זיך באפריינדעט מיט זיי און איר פארגעשלאגן אז זיי וועלן איר געבן וואס זי דארף נאר, נאך א באגעגעניש אין די שטאט טאנריף. זי האט פארציילט אז זיי האבן איר געקייטלט און געהאלטן דארט איינגעשפארט.
ווען די פאליציי האט נאכגעקוקט די זאך האבן זיי געזען ווי די איבער 162,000 יורא וואס זי האט פארמאגט אין באנק, איז טאקע געטרענספערט געווארן צו יענע פארפאלק. א קורצע צייט דערנאך איז דאס פארפאלק איר געקומען אפנעמען, און געציילטע שעה שפעטער איז זי מער נישט געווען פון די לעבעדיגע.
ווען די פאליציי איז אנגעקומען צו יענע הויז, האבן זיי געטראפן צוויי אלטע האלענדישע מענטשן אין א גאר שווערע מצב. זיי זענען געווען איינגעשפארט יעדער אין א באזונדערע צימער, אונטער די איינפלוס פון דראגס, ווען א איי. ווי. איז געווען באהאפטן צו זיי, אן דעם וואס זיי זאלן דאס דארפן האבן בכלל.