די כינעזער און עטיאפיער אוויאציע דעפארטמענט האט אריינגעלייגט אין חרם דעם באאינג MAX 737-8 נאך די טויטליכע עראפלאן קראך זונטאג אין עטיאפיע, פון וואס אלע 157 פאסאזשירן און שטאב מיטגלידער זענען אומגעברענגט געווארן, זייענדיג די צווייטע עראפלאן קראך פון דעם זעלבן מאדעל אין א האלבע יאר.
די פליגער פון עטיאפיען עירליינס פלייט 302 איז ארויסגעפלויגן פון די לופטפעלד אין אדיס אבאבא און 8:30 ארטיגע זייגער, זעקס מינוט שפעטער האט דער פילאט פארלוירן קאנטאקט מיטן קאנטראל טורעם, נאכן באריכטן אז ער האט שוועריקייטן און ער וויל זיך צוריק דרייען צום לופטפעלד.
געציילטע מינוטן נאכן זיך הייבן האט די פליגער געקראכט נאנט צום שטעטל בישאפאו, וואס איז 62 קילאמעטער פון די לופטפעלד. מיטנעמענדיג מיט זיך אלע 149 פאסאזשירן און די שטאב פון 8 צו יענעם וועלט, נאכן זיך הייבן אומסטאביל.
צווישן אנדערע האבן זיך דארט געפינען 19 איינגעשטעלטע אין די יו. ען. וועלכע האבן געמאכט זייער וועג צום גרויסן פארזאמלונג אין נייראבי וואו עס וועלן זיין אנוועזנד 4,700 געסט, צווישן זיי פרעזידענטן, מיניסטארן, ביזנעסלייט און הויכראנגיקע יו. ען. באאמטע.
ווי עדות דערציילן איז די פליגער ארויף אין פלאמען טראסקענדיג אויף דער ערד, און ווען עס איז אנגעקומען אונטן האט דאס געברענגט צו א מעכטיגן אויפרייס. די אונטערשטער טייל פונעם פליגער איז שוין געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען ביים קראך.
דאס קומט א האלבע יאר נאכדעם וואס די זעלבע מאדעל פליגער האט געקראכט ביים דזשאווע ים נאכן זיך הייבן אומסטאביל פון דזשאקארטע אין אינדעניזיע אויף א לייאון עיר פליגער, פון וואס 189 זענען אומגעקומען. “די פראפעסארן נעמען דאס נישט אן פאר א קא-אינצידענט” האט געמאלדן פראפאסאר וויליאם וואדלוק, א גרויסער עקספערט אין אוויאציע.
כינע האט אריינגעלייגט אין חרם די פרישע מאדעל אין ליכט פון די אינצידענטן, און געזאגט אז מ’וועט עס צוריק אנהייבן נוצן נאכדעם וואס מ’וועט זען אז ס’איז פארזיכערט. כינע איז גאר א וויכטיגער קונה פאר באאינג, און זיי האבן שוין געקויפט 76 פליגער פון דעם מאדעל, און נאך 104 דערפון איז נאכנישט דעליווערט געווארן צו זיי. עטיאפיע האט אויך געמאלדן אז זיי שטייען ווייט פון די פליגער.