א אויסטראלישער מאן איז געראטעוועט געווארן פון א פייל וואס איז געפלויגן אין זיין ריכטונג, א דאנק זיין סעלפאון…
די אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם וואך אינעם שטעטל נימבין, וועלכע געפינט זיך אין ניו סאוט וויילס, ווען דער 43 יעריגער מאן האט באמערקט א מענטש וואס איז באוואפנט מיט א פייל און בויגן.
דער מאן האט ארויסגענומען זיין סעלפאון צו אפכאפן די מאדנע ערשיינונג, אבער דאן האט דער פארשוין ארויסגעשאסן דעם פייל צו זיין ריכטונג.
די פייל איז געפלויגן אריין אינעם סעלפאון, דאס אדורכגעלעכערט, און האט טיילווייז אנגערירט דעם מאנ’ס געזיכט, וואס האט באקומען א קליינע קריץ דערפון.
די צוויי קענען זיך, און דער פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן פארן שעדיגן א צווייטנס פארמעגן.
נישט געוואוסט אז עס איז נאך דא היינט