דער פירער פונעם באנדע וואס האט דורכגעפירט די גרעסטע רויב אין ענגלישן היסטאריע, איז דעם פרייטאג פארשיקט געווארן צו דינען א צען יעריגע טורמע טערמין.
דער 58 יעריגער רויבער מיטן נאמען סיד, וואס איז אנגערופן געווארן דורכאויס די רויבעריי אלס ‘באזיל’, האט אנגעפירט דעם מאסיוון רויבעריי אין אפריל 2015, און זיין הינקעדיגן גאנג האט געהאלפן אין ברענגען צו גערעכטיגקייט.
די רויבעריי איז פארגעקומען דורכאויס א כאגע ווען רוב געשעפטן זענען פארמאכט. סיד און אנדערע פינף רויבער האבן אויפגעבראכן 73 פייער קאסעס אינעם געביידע פון העטאן גארדען, ביים דיאמאנטן צענטער פון לאנדאן.
זיי האבן גערויבט דיאמאנטן אין ווערד פון 22 מיליאן דאלער, נאכן לעכערן דעם צעמענטענעם וואנט פונעם פייער קאסעס צימער, נאכן אויסשפילן די פילע זיכערהייט מאסנאמען און אלארמ’ס.
פינף פון די רויבער זענען געכאפט געווארן אין יאר 2016 און האבן באקומען טורמע טערמינען פון זעקס ביז זיבן יאר, איינער פון זיי איז געשטארבן אין תפיסה. סיד איז געכאפט געווארן פאראיאר אין זיין דירה אין צפון לאנדאן.
סיד האט געלייקנט סיי וואספארא פארבינדונג מיט די רויבעריי, כאטש וואס מ’האט געטראפן ביי אים אין שטוב דיאמאנטן און געצייג וואס זענען גענוצט געווארן ביים רובעריי.
דורכאויס דעם געריכט האבן אויפגעטרעטן עקספערטן וואס האבן באשטעטיגט אז די “זעלטענע הינקעדיגע גאנג” מיט וואס סיד גייט, האט געברענגט אז מען זאל אים אידענטיפיצירן. אויף די זיכערהייט קאמערעס האט מען געזען דעם מאן ארויס הינקען פון געביידע מיט א רויטע שייטל און א מאסקע אויפן געזוכט.