אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מאכטפולער אויפרייס אין כינעזער פאבריק ענדיגט זיך מיט 62 אומגעקומענע

אמווייניגסטנס 62 מענטשן זענען אומגעקומען און איבער 600 זענען פארוואונדעט געווארן פון א מעכטיגן אויפרייס וואס האט פאסירט אין א פאבריק פאר פעסטאסיידז אין די שטאט יאנטשענג אין די דזשיאנגסאט געגנט אין מזרח כינע.

צווישן די פארוואונדעטע זענען פארהאנען צענדליגער אין גאר א שווערע צושטאנד, און 28 ווערן נאך דערווייל געזוכט, באזונדער איז מען צוטרייסלט געווארן פון די באריכטן אז קינדער זענען אויך פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס עס געפינט זיך א שולע פאר קליינווארג נישט ווייט פון דעם פאבריק.

א קורצע צייט נאך דעם אויפרייס האט זיך געשפירט אלס רעזולטאט אין דעם געגנט א טרייסל ווי אן ערדציטערניש, מיט א שטארקייט פון 2.2 אויפן ריכטער וואג. לויט באריכטן אין די לאקאלע מידיע זענען פון דעם קראפט אויפגעשאסן געווארן פענסטערס אין א שטעטל אזוי ווייל ווי 1.2 קילאמעטער פון דעם פאבריק.

אין א סטעיטמענט פון די כינעזער רעגירונג זאגן זיי אז א שטאב פון 3,500 מעדעצינישע לייט זענען אראפגעשיקט געווארן צום געגנט, און האבן אפגעפירט די פארוואונדעטע צו 16 שפיטעלער מיט 90 אמבולאנסן. אלע שולעס ארום דעם פאבריק זענען פארמאכט געווארן, און די איבער 3,000 ארטיגע איינוואוינער זענען עוואקואירט געווארן אלס זארג פאר פרישע אויפרייסן. באזונדער האבן ארום 1,000 פייערלעשער זיך געספראוועט א גאנצן נאכט מיט די ווילדע פייער פלאמען.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.