א בריטיש עירוויס פליגער וואס איז ארויסגעפלויגן פון לאנדאן האט געלאנדעט בטעות אין עדינבורג אנשטאט אין דיסלדארף אין דייטשלאנד.
די רייזענדע זענען געוואר געווארן פון דעם מאדנעם טעות ערשט ווען דער פילאט האט זיי געמאלדן אז זיי לאנדען אצינד אין עדינבורג – סקאטלאנד, וואס איז 800 קילאמעטער ווייט פון זייער דיסטינאציע אין דייטשלאנד.
נאכדעם וואס די פליה מאנשאפט האט זיך געכאפט ביים טעות, האבן זיי זיך צוריק געהויבן און געלאנדעט אין דיסלדארף, מיט א שפעטיגונג פון איבער דריי און א האלב שעה.
“ס’איז אן אינטערעסאנטער קאנצעפט, אבער איך טראכט נישט אז סיי ווער פון די פאסאזשירן האט מסכים געווען צו דעם מיסטעריעזן רייזע” שרייבט סאן טראן, א פאסאזשיר אויפן פליגער.