די אויטאריטעטן אין ענגלאנד האבן אן ערנסטער פארדאכט אז קרימינאלע באנדעס פילן אן די טויטע קערפערס פון ראטן מיט דראגס, סעלפאונס און קעש. דאן ווארפן זיי דאס אריבער דעם מויער אריין צו די “גאייס מארש” טורמע וועלכע געפינט זיך אין דארסעט אויף דרום ענגלאנד, כדי צו אריינשמוגלען פארשידענע מאטעריאלן פאר די ארעסטאנטן.
ווי אפיציעלע ווארטזאגער זאגן, זענען די טורמע וועכטער אלארמירט נאכדעם וואס מען האט געטראפן לעצטנס דריי קערפערס פון טויטע ראטן מיט לאנגע פאדים פארנייעט אין די לענג פון זייער בויך. ווען זיי האבן דאס געעפנט, האבן די וועכטער געטראפן אינעווייניג – אנשטאט די אינערליכע טיילן פונעם ראט – פינף סעלפאונס און טשארדזשער’ס, דריי סים קארט’ס, פאפירן מיט טאבאקא און דראגס, צווישן אנדערע אויך אומלעגאלע סחורה.
“דער פאטענט צייגט ווי ווייט פארברעכער זענען גרייט צו שמוגלען דראגס ביז צו זייער טורמע צעל, און באטאנט פארוואס אונזער ארבעט צו פארשטערקערן די טורמע וואך און זיכערהייט איז אזוי וויכטיג” האט געזאגט דער בריטישער מיניסטאר רורי סטיווארט, וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף די טורמעס פון לאנד.
שיינע מעשה