די חרדי’שע באפעלקערונג אין בית שמש האט אויפגענומען מיט שאק די טראגעדיע וואס האט פאסירט זונטאג נאכמיטאג נאנט צו זמן פון ליכט צינדן, איבער א קינד וואס איז ליידער אוועק נאכן פאלן פון א פענסטער.
הצלה און מגן דוד אדום עמערדזשענסי אגענטורן האבן זיך געיאגט צו די סצענע אויף די בן איש חי גאס נאכן ערהאלטן צענדליגע באריכטן און טעלעפאן רופן אז א קינד איז געפאלן פון די פערדע שטאק.
די וואלענטירן וואס זענען אנגעקומען צו די סצענע האבן געפונען דעם קינד אין א געפערליכער צושטאנד, די קינד איז אין איילעניש גענומען געווארן אין א לאקאלער שפיטאל, און איז ליידער אוועק.
עס איז נישט קלאר צו דער קינד איז געפאלן פון א פענסטער, אדער פארטש, און די פאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג.
די לויה קומט פאר היינט זונטאג אין שמגר טשאפעל, אין ירושלים, ווי פריינט און פאמיליע וואס זענען אינגאנצן שאקירט פון די ביטערע נייעס וועלן באגלייטן דעם קינד צו זיין אייביגע רוה.
ברוך דיין האמת, ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות
אויפן בילד: די עמערדזשענסי אגענטורן אויפן סצענע. באריכט קרעדיט: ישיבה ווארלד ניוז