אריינפיר: מיר שטייען אין די טעג פונעם הייליגן יום טוב חנוכה, וואס די הויפט מצוה פונעם יום טוב איז צו צינדן די הייליגע מנורה, און מען פירט זיך צו צינדן מצוה מן המובחר מיט שמן זית.
ווען עס קומט צו די אלגעמיינע מארקעט פון שמן זית, און מיר רעדן נישט פון די היימישע פירמעס, נאר פון די גוי’אישע גרויסע פירמעס וועלכע פראדוצירן און פארקויפן שמן זית, איז דער מארקעט פולקאם קארופטירט און דורכגעפוילט מיט שווינדלערייען, און אין פאקט זאגן פילע עסנווארג אינדוסטריע עקספערטן אז ס’איז ווארשיינליך די סארט עסנווארג וואו שווינדלערייען און קארופציע איז די מערסטע אריינגעמישט.


די פשוט’ע פאקטן


צוערשט, איידער מיר גייען אריין מער דעטאליזירט, לאמיר זעהן די פשוט’ע פאקטן וויאזוי איילבירט אויל ווערט פראדוצירט, מער ספעציפיש וויאזוי די איטאליענער איילבירט אויל ווערט אהערגעשטעלט – וואס די מערסט פאפולערע און בעסטע איילבירט אויל אויף די אלגעמיינע מארקעט איז די איטאליענער איילבירט אויל.

ערשטנס איז וויכטיג צו פארשטיין אז א מערהייט אויל וואס ווערט פארקויפט איבער די וועלט אלס איטאליענער איילבירט אויל קומט פאקטיש נישט פון איילבירטן וואס זענען געוואקסן אין איטאליע, נאר עס קומט פון אזעלכע לענדער ווי שפאניע, מאראקא און טוניזיע. אין די לענדער וואו די איילבירטן וואקסן, ווערן זיי אויך צעקוועטשט און די אויסגעקוועטשטע אויל ווערט דערנאך געליפערט מיט ספעציעלע טאנקער טראקס צו די פּארטן, פון וואנעט זיי פארן מיט שיפן קיין איטאליע.

אין די זעלבע צייט טוען שווינדלערס און שמוגלערס אריינשמוגלען קיין איטאליע ביליגע און שמוציגע “סאי בונדל” אויל און אנדערע ביליגע אוילן. אין איטאליע, וואו די אויסגעקוועטשטע און אימפארטירטע איילבירט אויל ווער

א פעקטארי ווי מען מאכט איילבירטן אויל

ט אויסגעארבעט, ווערט דאס אויך אויסגעמישט מיט די ביליגערע און שוואכע קוואליטעט אוילן פון סאי בונדלעך און אנדערע געוויקסן, אזוי אז קוים א קליינע פראצענט בלייבט אויטענטישע איילבירט אויל.

געוויסע איטאליענער שווינדלערישע איילבירט אויל רעפיינעריס גייען גאר א טריט ווייטער. זיי נעמען פשוט’ע און ביליגע גרינצייג אויל און מישן דאס אויס מיט די שעדליכע כעמיקאלן “קעראטעין” און “קלאראפיל”, וואס די כעמיקאלן געבן אריין א טעם אין די גרינצייג אויל וואס איז ענליך ווי איילבירט אויל, און די פאלשע שעדליכע איילבירט אויל ווערט דערנאך פארקויפט אלס געהעריגע ריינע איילבירט אויל אויפן מארקעט.

די שווינדלעריי גייט ווייטער, די אלע פאלשע, געמישטע און האלבע אוילן ווערן געלעיבלט אלס “עקסטרע ווירדזשין אליוו אויל” מיט סטיקערס וועלכע ליינט זיך “אימפארטירט פון איטאליע”, אז דער אמעריקאנער קאנסומער זאל זיך איינרעדן אז ער קויפט יעצט ריינע געשמאקע אויל וואס איז געוואקסן, אויסגעקוועטשט געווארן און אויסגעארבעט געווארן בלויז אין איטאליע. אט דער טייל, פון ארויפשטעלן די סטיקערס אז ס’איז אימפארטירט פון איטאליע, איז פאקטיש לעגאל, ווייל די רעגירונג’ס רעגולאציעס לויטן אז ווילאנג עס איז געשיקט געווארן פון איטאליע, מוז מען נישט ארויסשרייבן אז ס’איז געוואקסן דא און דארט און אלע שטאפלען וואס ס’איז אריבער, נאר מ’מעג שרייבן פשוט אז ס’קומט פון איטאליע.

צוליב די פאקטן, אז מ’מעג שרייבן “איטאליענער איילבירט אויל” אפילו ס’קומט נישט פון איטאליע עכט, שטעלט זיך ארויס א רעאליטעט אז בלויז 4 פראצענט איילבירט אויל וואס ווערט געליפערט פון איטאליע צו אנדערע לענדער איז עכטע איטאליענער איילבירט אויל. סטאטיסטיקס פון די אייראפעאישע יוניאן אויטאריטעטן צייגן אויך אז איטאליע פארקויפט דריי מאל מער איילבירט אויל ווי אירע פעלדער טוען פאקטיש פראדוצירן.


אביסל היסטאריע


פעלשן איילבירט אויל איז אבער בכלל נישט א נייע זאך, זאגט טאם מיולער, אן איילבירט אויל אינדוסטריע עקספערט וועלכער האט שוין געשריבן עטליכע ביכער איבער די נושא פון פאלשע איילבירט אויל. מיולער ברענגט נאך פון היסטאריקער אז אין די צייטן פון די רוימישע אימפעריע, איז איילבירט אויל געווען אזוי פאפולער און אזא טייערע זאך, אז מענטשן האבן געשפענדעט דערויף יערליך אזויפיל געלט וויפיל מענטשן שפענדן היינט יערליך פאר געזאלין פאר זייערע קארס.
מיולער צייגט אבער אן אז אין יענע צייטן האט די איטאליענער רעגירונג בעסער באהאנדלט די אויל שווינדלערייען און האט פארלאנגט פיל מער פאראנטווארטליכקייט פון אלע סוחרים און שטאפלען וואס די אויל איז אריבער, צו פארזיכערן אז עס ווערט טאקע נישט אויסגעמישט מיט זייטיגע באשטאנדטיילן. יעדע קאנע איילבירט אויל האט געמוזט האבן א גענויע נאמען פונעם פארם וואו די איילבירטן זענען געוואקסן, וואו זיי זענען אויסגעקוועטשט געווארן, וויפיל זיי האבן געוואויגן גלייך נאכ’ן אויסגעקוועטשט ווערן, וואס אזוי האט מען געקענט זעהן צי פרעמדע זאכן זענען אריינגעמישט געווארן און ס’האט זיך געטוישט די וואג.


רעגירונג און מאפיא


איילבירט אויל, ספעציפיש איילבירט אויל פון איטאליע, ווערט מער און מער פאפולער אין די לעצטע פופציג יאר איבער אייראפע און איבער די וועלט – צייגן קלארע סטאטיסטיקס, און טאקע צוליב דעם הערט מען אין די לעצטערע יארן אז פארשידענע מאפיא באנדעס און אומלעגאלע האנדלער וועלכע האנדלען מיט דראגס, האבן זיך אנגעהויבן אריינלייגן אין די אינדוסטריע פון פאלשע איילבירט אויל, זעענדיג אז די פראפיטן זענען פונקט אזוי גרויס, און אפשר נאך גרעסער, ווי ביים האנדלען מיט דראגס.

סיי אין אמעריקע און סיי אין אייראפע זענען די געזעצן קעגן עסנווארג שווינדלערייען האלב אזוי שטרענג ווי די געזעצן קעגן פארקויפן און האנדלען מיט דראגס, און דעריבער זעען מאפיאנערן און גענג באנדעס איין אז ס’איז פיל א קלענערע ריזיקע צו האנדלען מיט פאלשע איילבירט אויל, ווייל מען קוקט זיי נישט אזוי שטארק נאך, און אפילו אויב מען וועט זיי שוין יא כאפן, וועלן זיי זיך ארויסדרייען און אפקומען מיט מינדערוויכטיגע און לויזע געלט שטראפן און מינימאלע טורמע אורטיילן.

די איטאליענער אויל מאפיאנערן האבן זיך אויך מיט די צייט אויסגעלערנט פארשידענע וועגן וויאזוי זיכער צו מאכן אז די רעגירונג טוט נישט צופיל אינוואדירן זייערע פאלשע איילבירט אויל געשעפטן. ביז צען יאר צוריק האט דאס געארבעט דורך לאבראטאריע טעסטס. סיי ווען די רעגירונג האט פארדעכטיגט א ספעציפישע איילבירט אויל ביזנעס אין ארויסגעבן פאלשע אויל, פלעגט זי נעמען סעמפלס פון די אויל פון די פארדעכטיגטע פירמע און האט דורכגעפירט לאבראטאריע טעסטס.

דאס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט פראבלעמאטיש, סיי ווייל די טעסטס זענען נישט געווען געהעריג סייענטיפיש שטודירט, האט מען זיך נישט געקענט פארלאזן דערויף, און אויך ווייל אין יאר 04′ איז אויפגעדעקט געווארן אז עטל

שמן זית זך

יכע אזעלכע פאלשע איילבירט אויל מאפיאנערן האבן אונטערגעקויפט לאבראטאריע איינגעשטעלט צו פעלשעווען די לאבראטאריע טעסטס, און פילע לאבראטאריע איינגעשטעלטע זענען טאקע דאן ארעסטירט געווארן נאך א לענגערע אויספארשונג.

צו פארזיכערן אז די איילבירט אויל שווינדלערס האבן נישט קיין איינפלוס צו מאניפולירן די טעסטס און אז מ’האט א קראנטע וועג צו דערגיין צי איילבירט אויל איז עכט אדער אויסגעמישט מיט אנדערע אוילן און כעמיקאלן – האט די איטאליענער רעגירונג באשלאסן צוריקצוגיין צו די פרימיטיווע וועגן פון טעסטס, דורכ’ן אויפנעמען ספעציעלע גערוך און “טעיסט” עקספערטן אויף די רעגירונג פעיראל, וואס זיי דערשפירן צי איילבירט אויל איז עכט אדער ס’איז אויסגעמישט און פאלש.

אין רעאליטעט זענען די גערוך טעסטס אויך נישט קראנט און אין געריכטליכע קעיסעס זענען שוין די טעסטס אפגעווארפן געווארן ווען די רעגירונג האט געוואלט ארויסבאקומען טורמע אורטיילן קעגן אויל שווינדלערס. האט זיך אהערגעשטעלט א מציאות אז די איטאליענער רעגירונג שטייט ממש הילפסלאז. אין יאר 07′ האט די איטאליענער רעגירונג געזאגט אז זי האט אזויפיל ווי 787 אפענע אויספארשונג קעיסעס קעגן איילבירט אויל פראדוצירער, וואס פון די 787 זענען בלויז 205 געפונען געווארן שולדיג און באשטראפט געווארן.

די גרעסטע מאסיווע אבלאווע וואס די איטאליענער רעגירונג האט דורכגעפירט איז געווען אין יאר 05′ ווען זי איז איבערגעפאלן א פאבריק וואס האט באלאנגט פאר א באקאנטע איילבירט אויל מאפיא באנדע. די רעגירונג האט דאן קאנפיסקירט אזויפיל ווי הונדערט טויזנט ליטער פאלשע איילבירט אויל, וואס אלעס אינאיינעם וואלט זיך די אויל געקענט פארקויפן אויפן מארקעט פאר אזויפיל ווי אכט מיליאן דאלער.


פאלשע אויל סינדראם


אין יאר 981′ האט זיך שפאניע דערזען מיט א נייע מאדנע קרענק. עס איז געווען א דעזיז וואס האט זיך אנטוויקלט אין די לונגען און האט נישט נאכגעפאלגט קיין שום נארמאלע מהלך פון מענטשליכע דעזיזעס. עס האט אויך געקעמפט קעגן סיי וועלכע “אנטי-ביאטיק” מען האט געגעבן פאר די אנגעשטעקטע, אזויפיל ווי זעקס הונדערט מענטשן זענען געשטארבן, בעפאר די געזונטהייט אויטאריטעטן זענען דערגאנגען וואס ס’ברענגט די קרענק: פארפּעסטיגטע אויל.

אן אויל פאבריצירער האט ארויסגעשטעלט צו פארקויפן גיפטיגע קולזא אויל, וואס מען נוצט אפט אלס אויל פאר אויטא מאטארן, פאר גאסן עסנווארג פארקויפער, עס צו פארקויפן דערנאך פאר’ן פובליק אלס געהעריגע, געזונטע איילבירטן אויל. די שפאנישע רעגירונג האט אין איילעניש אונטערגענומען א קאמפיין אז קיינער זאל פאר עטליכע טעג נישט עסן קיין שום איילבירטן אויל און מען האט געארבעט פטור צו ווערן פון די גיפטיגע אויל.
עס זענען אבער ביזן היינטיגן טאג פארהאן מענטשן וואס זענען סקעפטיש איבער די גאנצע סקאנדאל. זיי צייגן אן אז די ערשטע פעלער פונעם “אויל דעזיז” האט פאסירט נעבן אן אמעריקאנער באזע אין א שטאט אין שפאניע, און אויך האבן פילע פון די קראנקע און אנגעשטעקטע געזאגט אז זיי האבן קיינמאל נישט צוגערירט צו די פארגיפטעטע איילבירט אויל. דעריבער זענען דא וואס זאגן אז די קרענק איז געקומען צוליב א סקאנדאליעזע וואפנס פראבע וואס די אמעריקאנער ארמיי האט דורכגעפירט אויף די באזע, וואס האט געשאפן אן ארויסרינונג פון געפארפולע כעמיקאלן.


שמועס מיט’ן עקספערט


צום לעצט וועלן מיר ברענגען א קורצן שמועס וואס מיר האבן געהאט די געלעגנהייט אפצוהאלטן, דורכ’ן אויסטוישן בליץ-פאסט, מיט טאם מיולער, דער איילבירט אויל אינדוסטריע עקספערט וועמען מיר האבן פריער געברענגט פאר עטליכע פאקטן און פונקטן אין אונזער ארטיקל.

פראגע: פארוואס עפעס האט איר זיך אריינגעלייגט צו שטודירן איילבירט אויל?

ענטפער: איך האב לאנגע יארן געוואוינט אין איטאליע און איך האב מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן וויאזוי לעגיטימע און ארנטליכע איילבירט אויל פארמערס פלעגן קומען צו די בארטענעס און פרובירן צו בלאקירן שיפמענטס פון אויל וואס קומען אן קיין איטאליע פון אנדערע לענדער. מען דארף פארשטיין אז אט די ארנטליכע פארמערס וועלכע האנדלען און פראדוצירן עכטע פולקאם-ריינע איילבירט אויל, זיי ליידן דאס מערסטע פון די פאלשע און געמישטע איילבירט אוילן.

די ארנטליכע פארמערס פלעגן זיך גרופירן און קומען מיט זייערע טראקטארס און אנדערע שווערע מאשינערי און פרובירן צו בלאקירן גרויסע קאנטעינערס אנגעפולט מיט אויסגעקוועטשטע איילבירט אויל וואס מ’ברענגט אריין, אבער למעשה האט די פאליציי גאר פארטריבן די ארנטליכע אויל פארמערס, טענה’נדיג אז זיי שטערן נארמאלע האנדל וואנדל ביים פּארט. די כסדר’דיגע בלאקאדע פראבעס האט מיר געכאפט מיין אויג און כ’האב באשלאסן זיך אריינצולייגן און אויספארשן די זאך.

פראגע: איר שרייבט אין אייערע ארטיקלען אז אויל שווינדלערייען גייט שוין אן הונדערטער יארן, וואס זענען אייערע באווייזן?

ענטפער: איך בין געזיצן מיט היסטאריקער און זיי האבן מיר געוויזן אלטע דאקומענטן וואס גייט צוריק מיט אמווייניגסטנס 650 יאר, פון די רוימישע אימפעריע וויאזוי די קעניגרייך האט ארויסגעשיקט ספעציעלע אינספעקטארס אויף פערד און וועגענער און די אינספעקטארס זענען געפארן ווייטע מיילן צו אינספעקטן און אויפכאפן איילבירט אויל שווינדלערס.

די רוימישע אימפעריע זענען געווען די וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די סטאטוס-קווא אז איטאליע איז א הויפט ארט פאר אינטערנאציאנאלע איילבירט אויל האנדל, און עס זענען אפילו געווען עטליכע קעניגן וועלכע זענען געקומען צו דער מאכט בלויז דורכדעם וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט מאסיווע איילבירט פעלדער און זענען געווארן אזוי רייך אז זיי האבן געהאט א שטארקן איינפלוס און האבן זיך דערווארבן אזוי הויעך ביז צום קעניגליכן שטוהל.

פראגע: פארוואס טוט נישט די אמעריקאנער רעגירונג מער צו אינפארסירן די געזעצן קעגן איילבירט אויל פעלשונגען?

ענטפער: זייער פשוט. די אמעריקאנער רעגירונג איז אזוי מאסיוו און גרויס, עס זענען דא דעפארטמענטס פאר יעדע קלייניגקייט און מען איז פארנומען צו האלטן אן אויג און באקעמפן יעדע סארט קרימינאלע אינדוסטריע. ווען עס קומט צו עסנווארג און מעדיצינען איז דא די “עף די עי” וועלכע האט גענוג און נאך זאכן זיך צו זארגן, פאר מעדיצינען וועלכע קענען ממש ברענגען ערנסטע מחלות און טויט (ה”י) אויב ווערן זיי נישט געמאכט לויט די פארשריפטן, פאר עסנווארג וואס קען זיין אנגעשטעקט מיט שעדליכע כעמיקאלן.

זיכער צו מאכן אז איילבירט אויל איז הונדערט פראצענטיג ריינע איילבירט אויל איז דעריבער פאר זיי נישט א הויכע פריאריטעט.

קריגלעך אויל, געמאכט דורך איילבירטן

עס זענען דא אזעלכע וואס האבן אויפגעברענגט אז די “עי טי עף” וועלכע געבט זיך אפ מיטן באקעמפן אומלעגאלע וואפנס און דראגס איבער די פאראייניגטע שטאטן, אז זיי זאלן גאר אריינקומען אינעם בילד און אנהייבן רעגולירן די איילבירט אויל אינדוסטריע וויבאלד פילע באנדעס וועלכע קויפן און פארקויפן דראגס טוען היינט צוטאגס אויך שוין קויפן און פארקויפן געמישטע און פאלשע איילבירט אויל. אזא פארשלאג איז אבסורד, ווייל פאלשע איילבירט אויל איז 95 פראצענט פעלער נישט שעדליך און ס’איז אשאד פאר די אגענטור אוועקצוגעבן געלט און כוחות צו קעמפן קעגן די איילבירט אויל פעלשערייען.

פראגע: וואס האט אייך דאס מערסטע איבערגענומען ביים שטודירן די אינדוסטריע פון פאלשע איילבירט אויל?

ענטפער: די מערסטע אינטערעסאנט איז דער וועג וויאזוי די איטאליענער רעגירונג פארמאגט די ספעציעלע גרופעס וועלכע פירט דורך פלעיוואר און “טעיסט” פראבעס אויף די אוילן. די גרופע באשטייט פון אכט “טעיסטערס”, אין צוגאב צו א פירער פון די גרופע. יעדע גרופע ווערט אנגעוויזן דורך די רעגירונג זיך צו טרעפן איינמאל אין יעדע פאר מאנאטן, זיך צו טרענירן וויאזוי צו קענען דערשמעקן פאלשע איילבירט אויל.
איך האב מיטגעהאלטן עטליכע אזעלכע זיצונגען און ס’איז געווען גאר אינטערעסאנט וויאזוי זיי שלינגען, מאכן פארשידענע קולות און געבן דעסקריפציעס וויאזוי די אויל שלינגט זיך און וועלכע סארט טעמים עס פארמאגט אלס אין זיך. ס’איז אינטערעסאנט אז אין אן עפאכע פון טעכנאלאגיע און פארשריט, טוט זיך א רעגירונג פארלאזן אויף אור אלטע און צוריקגעשטאנענע טאקטיקן צו באקעמפן קרימינאלע פארשוינען.

א שיינעם דאנק פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע.

*

אלס טייל פון די ארבעט ארום אונזער ארטיקל, האבן מיר געכאפט א שמועס מיט א יונגערמאן וועלכער ארבעט אלס משגיח פאר איינס פון די גרויסע וועדי הכשרות וועלכע געבן הכשרים אויף עסנווארג היינט צוטאגס און דער יונגערמאן האט פאסיג ארויסגעברענגט אז די אלע פאקטן ארום פאלשע איילבירט אויל צייגט בלויז נאך אן אופן וויאזוי כשר’ע עסנווארג איז בעסער אין קוואליטעט, ווייל ביי כשר’ס קען מען נישט פעלשן און אריינמישן פאלשע אוילן און דאס פארקויפן אלס איילבירט אויל.


*פון די ארכיוון פון באקאנטן אידישן שריפטשטעלער

איבערן שרייבער

יעקב כהן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.