ס’איז שוין דער צווייטער חודש פונעם זמן אין טייל ישיבות. אין אנדערע ישיבות האט זיך דער זמן שוין אנגעפאנגען ר”ח אלול. דער קול התורה הילכט אפּ מן הבוקר עד הערב. פונדעסטוועגן הערט מען קאשמאר-געשיכטעס איבער בחורים וועלכע דרייען זיך נאך אלץ אין די גאסן און זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין שום ישיבה.
מען הערט אזוינע האר-אויפהייבנדע געשיכטעס אז דאס מענטשליכע הארץ, דאס אידישע הארץ, וויל עס נישט פארנעמען. טייל האלטן גאר אז ס’איז עפּעס א קאנספּיראציע-טעאריע, א מיטאס, אז דער סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז געוויסע בחורים זאלן בלייבן אויסגעשפּילט און אויף דער גאס — ענליך צו דער בארימטער לעגענדע אז דער מענטש וואס האט געבויט די וויליאמסבורג בריק האט זיך אריינגעווארפן אין וואסער.
אנדערע זענען מער וויליג צו אננעמען דעם פאקט אז ס’זענען דא בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאסן, צוליב דעם וואס זיי זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין ישיבה, אבער גלייכן ליבערשט דאס צו איגנארירן, וויבאלד די נושא איז טאבו; מען רעדט נישט דערפון.
די מנהלים און ראשי ישיבות טוען באמת אַן עבודת הקודש, און זיך אפּגעבן מיט בחורים איז אַן עבודת הפּרך, און זיי באקומען באצאלט פיל ווייניגער פון וויפיל זיי פארדינען זיך. קיינער האט נישט ליב צו פרעגן קשיות אויפ’ן סיסטעם. אזוי לאנג ווי דער פּראבלעם איז נישט מיינער לאמיך ליבערשט נישט רעדן דערפון. ווען מען הערט פון א בחור וואס איז נישט אנגענומען געווארן אין א ישיבה וויל מען טראכטן אז מסתמא, רעדט מען נישט פון קיין גרויסן תנא קמא. ווען יא וואלט ער שוין געטראפן א ישיבה.
איך בין אויך נישטא צו קריטיקירן אדער אראפּרייסן קיינעם. איך קום נישט צו צו די שטויב פון די שיך פון די מנהלים וואס גיבן זיך אפּ מיט אונזערע דיאמאנטן, און גלאנצן זיי און שלייפן זיי אויס, און מאכן זיי גרייט צו דער קומענדיגער קריטישער פאזע פון זייערע לעבנס. איך וויל פּשוט דערציילן א מעשה וואס כ’האלט יעצט מיט. כ’וועל דערנאך לאזן יעדן איינעם אליין ציען די מסקנות. איך וועל באריכטן און אייך לאזן מאכן החלטות
כ’וועל דערציילן דברים כהווייתן:
דעם פארלאפענעם זומער האט א ירושלימ’ער איד מיט’ן נאמען ר’ חאצקעל אייזנבאך נ”י (אלע נעמען אינעם ארטיקל, פון מענטשן און ישיבות, זענען פיקטיוו) זיך געמוזט ציען קיין אמעריקע צוליב א געזונט-צושטאנד. גוטע אידן האבן אים געהאלפן זיך איינארדענען אין אמעריקע און טרעפן מוסדות פאר זיינע קינדער. מען האט געשאפן געלט פאר נייער שטאפיר פאר דער משפּחה און אראנזשירט אז ער זאל באקומען שבת פּעקלעך, ביז ווילאנג ער קען זיך מסדר זיין. איך האב אויך אביסל ארויסגעהאלפן דעם איד ווי ווייט כ’האב געקענט.
ר’ חאצקעל האט אַן אכצן-יעריגער בחור, שמואל, וועלכער איז געווען מסודר אין א גוטער ישיבה אין ארץ ישראל; לכתחילה האט געהייסן אז שמואל וועט בלייבן לערנען אין ישיבה אין ארץ ישראל, וויבאלד ער איז שוין דארט איינגעארדנט מיט זיינע חברותות און חברים, מגידי שיעור און מנהלים.
אבער דאן האט זיך געמאכט א פּאנטשער; אין ארץ ישראל איז דאך פאראן א דרעפט, א גיוס, און ווען דער בחור איז געגאנגען אראנזשירן א “פּטור”, האט ער זיך אנגעשטויסן אין שוועריגקייטן און עס בשום אופן נישט געקענט מסדר זיין.
בלית ברירה האט ר’ חאצקעל באשלאסן אריבערצוברענגען שמואל’ן קיין אמעריקע; אין אמעריקע זענען אויך פאראן פיינע ישיבות. דערצו זענען אמעריקאנער אידן זייער ווארעם צו בחורים וועלכע אנטלויפן פונעם גיוס.
מיט ארום א וואך צוריק האב איך געטראפן ר’ חאצקעל’ן, און נאטירליך געכאפּט א שמועס מיט אים. וואס טוט זיך? וויאזוי ארדנט מען זיך איין אין אמעריקע?
ר’ חאצקעל, א ווארעמער איד, מלא אמונה און בטחון, האט געענטפערט פּאזיטיוו ווי דאנקבאר ער איז צום אויבערשטן וואס האט אים צוגעשיקט די ריכטיגע שליחים אים צו העלפן. אבער ערגעץ אינמיטן דעם שמועס האט ער זיך ארויסגעכאפּט אז שמואל איז נאך אלץ נישט מסודר מיט א ישיבה.
“זייט חודש חשון?” האב איך געפרעגט א צעמישטער.
“ניין,” זאגט ר’ חאצקעל. “פון פריער.”
“פון חודש אלול?”
“ניין,” קרעכצט ר’ חאצקעל, “שמואל איז שוין נישט אין קיין ישיבה זינט חודש סיון!”
ווי כ’האב אויסגעפונען האט ר’ חאצקעל פּרובירט איינצושרייבן זיין זון אין מערערע ישיבות, אבער איבעראל האט מען אים אפּגעזאגט. “מיר מיינען פּשוט זיין טובה,” האבן מנהלים געענטפערט מיט סימפּאטיע. “ער איז א ירושלימ’ער, ער וועט נישט אריינפּאסן דא, צווישן אמעריקאנער בחורים.”
ס’איז נישט קיין סוד, אז היינט צוטאגס — בעסער געזאגט: זינט דעם אויפקום פון ישיבות פאר מצויינים — אויב איז א בחור נישט קיין מצויין שבמצויינים, וועלן זיך ישיבות נישט רייסן נאך אים, בלשון המעטה.
פאר שמואל האט דאס זיך אריבערציען צו א נייער מדינה זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ביטערער פּילכל, פארזיגלט צו א ביטערן גורל צו דארפן זיצן אינדערהיים, איינזאם, אָן קיין ישיבה און אָן קיינע חברים. די ישיבה איז דער פּלאץ וואו א בחור אין דער פרעמד מאכט זיך באקאנטע. אך און וויי איז ווען א בחור מאכט זיך פריינד “אויף דער גאס.”
ר’ חאצקעל האט נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל; ער איז ארומגעפארן מיט שמואל איבער דער לענג און ברייט פון ניו יארק, און אנדערע סטעיטס, זוכנדיג א ישיבה וואס זאל זיך מרחם זיין און עפענען אירע טויערן פאר שמואל’ן; ער האט זיך געוואנדן צו יעדער ארגאניזאציע וואס העלפט נאר בחורים טרעפן ישיבות, יעדער עסקן וואס העלפט ארויס בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבה, אבער דערווייל אָן דערפאלג.
בלויז עטליכע טעג צוריק איז שמואל געפארן מיט’ן טאטן צו א ישיבה אינדרויסן פון שטאט, צו זיין וויפילטן “פארהער”, אבער דער מנהל האט געגעבן איין בליק אויף זיין בא’חנ’טער ירושלימ’ער צורה, און זיך אנטשולדיגט אז די ישיבה איז נישט פאר אים. ר’ חאצקעל פארציילט מיר אז שמואל האט זיך ממש געבעטן צום ראש ישיבה, “פארהערט מיך! איך בעט אייך, איך בין געקומען צו א פארהער.” אייגנטליך איז שמואל שוין געפארן צו צענדליגער אזוינע “פארהערן”, אבער קיין איין איינציגער ראש ישיבה האט אים נאכנישט פארהערט, קיין איין!
ווערן “רידזשעקטעד”, צוריקגעוויזן, איז זייער נישט קיין געשמאקע דערפארונג, ספּעציעל פאר א יונג בחור מיט א צערטליך הארץ. ר’ חאצקעל האט מיר געזאגט אז די לעצטע פּאר וואכן האט שמואל אנגעפאנגען שלום צו מאכן מיט’ן מצב, און א דערביטערטער געזאגט, “טאטע, ס’איז גוט. אברומי לעבעדיג, דער בארימטער מוזיקאנט, האט א ישיבה. ער וועט מיך שוין ארייננעמען.”
אברומי לעבעדיג האט א ישיבה פאר עלטערע בחורים וואס ארבעטן. ווי ר’ חאצקעל זאגט מיר האט ער זיך געוואנדן צו אברומי’ן און אים אויסגעפרעגט, איבער דער ישיבה. איינע פון די שאלות זענען געווען: “צי מעגן בחורים אין אייער ישיבה האבן סמארטפאונס?”
“אונזער שיטה איז נישט צו צווינגען די בחורים אוועקצואווארפן זייערע נישט-כשר’ע סמארטפאונס,” איז געקומען דער ענטפער. “מיר לייגן אריין אין זיי יראת שמים אזוי אז זיי זאלן אליין מחליט זיין ארויפצולייגן א פילטער אויף זייערע סמארטפאונס.”
ר’ חאצקעל האט באשלאסן אז אריינלייגן אַן אכצן-יעריגער בחור אין א ישיבה וואו סמארטפאונס איז נישט אסור קומט נישט אין באטראכט.
אבער אינצווישן איז שמואל געווארן מיואש; ער האט געלאזט פאלן ווערטער פאר’ן טאטן אז ס’איז א שאד זיך צו עקשנ’ען, ס’איז א פארלוירענער קאמף. ס’האט נישט קיין זין צו זיצן אינדערהיים, איזאלירט און איינזאם. ער האט געזאגט פאר’ן טאטן אז אויב ביז א וואך טרעפט ער נישט קיין ישיבה, דאן מיינט ער אז ס’איז צייט צו אנפאנגען טראכטן פון גיין ארבעטן.
דער טאטע איז געווען דערשיטערט ווען ער האט דאס געהערט.
און דאס איז געווען די צייט ווען מיר האבן זיך באגעגנט, און ר’ חאצקעל האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פאר מיר.
“האסט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש,” האב איך געזאגט פאר ר’ חאצקעל. “איך קען איינעם פון די מנהלים פון דער גרויסער באראסובער ישיבה, ר’ יאנטל כהן. כ’וועל אים היינט רופן און רעדן צו אים אז ער זאל אננעמען דעם בחור.”
ר’ חאצקעל האט זיך הערצליך באדאנקט פאר מיר.
איך האב טאקע געהאלטן ווארט און גערופן דעם מנהל. איך מוז זאגן איך בין געווען איבערראשט ביז גאר ווי דער שמועס איז צוגעגאנגען.
“העלא ר’ יאנטל, דא איז פאראן א חשוב’ער איד פון ארץ ישראל. ער מוטשעט זיך שוין חדשים און קען נישט טרעפן א ישיבה פאר זיין בחור.”
“אונזער ישיבה איז נישט קיין גארבעדזש-קען!” האט ער געענטפערט אינסטינקטיוו, איבער’חזר’נדיג דעם סטעיטמענט וואס איז שוין ווארשיינליך ארויס פון זיין מויל הונדערטער מאל במשך די לעצטע פּאר וואכן.
“איר ווייסט דאך ניטאמאל פון וועלכן בחור מען רעדט?!” האב איך זיך אנגערופן. “מען רעדט דא פון גאר א חשוב’ן בחור וואס איז געקומען קיין אמעריקע ווייל ער האט נישט געוואלט גיין אין מיליטער. צי געדענקט איר נישט ווי מען איז ארויסגעגאנגען מוחה זיין קעגן גיוס בני הישיבה, און ווי איר האט דאס געטאן מיט’ן גאנצן התלהבות צו ראטעווען די בחורים פון שמד? יעצט האט איר די געלעגנהייט דאס צו טאן בפועל.”
“נו גוט,” זאגט ר’ יאנטל, “זאגט דעם בחור אז ער זאל זיין אין באראסובער בית המדרש עלף אזייגער ביינאכט פּינקטליך, וועל איך כאפּן א שמועס מיט אים.”
פינף צו עלף בין איך שוין געשטאנען מיט ר’ חאצקעל און שמואל אין באראסובער שול, זייענדיג גרייט פאר’ן מנהל.
ר’ יאנטל האט גערעדט צום בחור עטליכע מינוט און דאן גערופן דעם פאטער אין א ווינקל און… דער זעלבער ניגון וואס ער האט געהערט פון צענדליגער אנדערע מנהלים: “ס’טוט מיר זייער לייד, אבער די ישיבה איז נישט פאר אים. איך מיין זיין טובה. ער איז אַן ארץ ישראל’דיגער בחור. ער וועט פארלוירן ווערן דא. מיר נעמען נישט אָן אפילו ארץ ישראל’דיגע בחורים פון אונזערע אייגענע קרייזן.”
אויפ’ן וועג ארויס האט שמואל נישט גערעדט קיין פּיפּס; ער האט נישט געדארפט רעדן קיין ווארט. די שמערצליכע מינעס אויף זיין פּנים האבן פארראטן זיין טיפן אינערליכן יאוש. ער האט שוין פּרובירט יעדע איינציגסטע ישיבה און אלע האבן אים אפּגעזאגט. עס איז נישטא קיין האפענונג פאר אים. ס’איז נישט פאראן קיין מסגרת פאר אים. קיינער דארף אים נישט. ר’ חאצקעל’ס פאטערליכע ווייטאג און זארג איבער’ן עתיד פון זיין קינד איז נישט מעגליך געווען צו באהאלטן.
אנקומענדיג אהיים איז א מחשבה’לע דורכגעלאפן מיין מוח און כ’האב געטראכט צו מיר, דער מנהל איז באמת א חשוב’ער איד וועלכער טוט דאס בעסטע וואס ער קען לויט זיינע מעגליכקייטן. כ’בין זיכער אז ער גלייבט באמת אז דער בחור באלאנגט נישט אין זיין ישיבה. איך בין אים דן לכף זכות.
אבער צי האט ער גענומען אין באטראכט אז ווען ער האט געזאגט ניין פאר דעם בחור איז דער בחור געבליבן אויף דער גאס, אָן קיין ישיבה? שמואל איז געבליבן אויף דער ברוטאלער און גרויזאמער גאס וואס זוכט איינצושלינגען אזעלכע בחורים ווי אים. איך בין זיכער אז דער מנהל האט עס נישט גענומען אין באטראכט, ווייל ווען יא וואלט ער דאך נישט געמאכט אזא החלטה. ס’איז קלאר אז דער מנהל האט געטראכט ביי זיך אז דער בחור האט אנדערע אויסוואלן, און ‘אויב זאג איך אים אפּ וועט ער טרעפן אַן אנדערע ישיבה,’ ווען אין פאקט איז דאס נישט ריכטיג. נישטא קיין אנדערע אפּציעס.
און דאן האב איך זיך געגעבן א כאפּ ביים קאפּ, געוואלד! ס’איז יא פאראן איין אינסטיטוציע וואס דארף אים: דער טריפה’נער צה”ל אין מדינת ישראל, וואס האט געמאכט “יעשיווא” פּראגראמען פאר אזעלכע בחורים ווי אים. זיי ווייזן נישט צוריק קיין איין פיזיש-געזונטער פרומער בחור.
שמואל איז א פיין בחור, א ירא שמים. איך בין זיכער. בעסער געזאגט: איך האף, אז ער וועט זיך האלטן און נישט פארפאלן גיין אויף דער גאס, אבער לו יצוייר, שמואל זאל מחליט זיין, ‘קיין איין ישיבה דארף מיך נישט, דער צה”ל דארף מיך יא, לאמיך זיך אנשליסן אין דעם איזראעלישן מיליטער.’
מיין פינסטערע פאנטאזיע האט געשפּינט ווייטער: לו יצוייר, ער שליסט זיך אָן אין א חרדי’שער איינהייט און ער לערנט זיך צו ווערן א פולשטענדיגער מיליטערמאן, און אין א יאר ארום שפּאצירט ער אריין אין מאה שערים מיט זיינע מיליטערישע מונדירן און דער ציבור ערליכע אידן איז מוחה קעגן אים און פארשרייט אים, “חארדאק! חארדאק!” — פאר די אלע אידן וועט בכלל נישט איינפאלן אז ס’האנדלט זיך פון א בחור וואס האט פאקטיש איבערגעלאזט זיין באקוועמער סביבה אין ארץ ישראל, וויבאלד ער האט ‘נישט’ געוואלט גיין אין מיליטער.
ברוך השם אז דאס איז בלויז א בייזער חלום; שמואל איז א פיין בחור און וועט נישט גיין אין מיליטער (אזוי האף איך). אבער דער קאשמאר האט מיך געעפנט די אויגן אז איך זאל זיך כאפּן אז מיר לעבן אלע אין א טעות ווען מיר מיינען אז די בחורים וועלכע וואלגערן זיך אויף דער גאס האבן נישט וואו צו גיין. זיי האבן שוין איינמאל וואו צו גיין, און קיינע איינע פון די אויסוואלן וועלכע שטייען פאר זיי זענען נישט גוטע. יעדער קרבן וואס די גאס באווייזט צו פארכאפּן פון דער ישיבה-וועלט כאפּט אריין צען אנדערע קרבנות, און אזוי ווייטער, און דער פּראבלעם ווערט גרעסער און גרעסער.
און נאכאמאל, איך קריטיקיר נישט די ישיבות, וועלכע פּלאגן זיך אויפצוציען א דור פון ערליכע אידן, אין א צייט ווען כלל ישראל מוטשעט זיך מיט די שווערסטע נסיונות וועלכע האבן איר נאר געפּלאגט. די מנהלים און ראשי ישיבות האבן אַן אחריות פאר זייערע בחורים. ס’איז אמת אז איין פארדארבן קערל קען חרוב מאכן צענדליגער און הונדערטער בחורים. ליידער אבער איז פאראן אַן אנדרלמוסיא וואס איז הורגת טובים ורעים. פיינע בחורים אזוי ווי שמואל בלייבן אויף דער גאס ווייל מנהלים האבן מורא צו נעמען ריזיקעס, און די מנהלים זענען גערעכט, אבער דער פּראבלעם איז א ברענענדיגער פּראבלעם.
איך ווייס נישט וואס ס’דארף געטאן ווערן, איך ווייס נישט וואס דער וועג איז פון דא און ווייטער, אבער פון וואו איך קום איז זיכער נישט גוט. די שאלה איז: ווען מען וועט זיך אויפוועקן? ווען דער טריפה’נער צה”ל וועט זיך כאפּן אז ס’זענען פאראן טויזנטער פּאטענציעלע רעקרוטן אין אמעריקע, און עפענען א רעקרוטירונג-אפיס דא — דאן וועט מען זיך ענדליך אויפוועקן איבער דעם פּראבלעם?!
בשעת די שורות ווערן געשריבן איז שמואל נאך אלץ אויף דער גאס, פארלוירן און מיואש. אדרבא, אויב עמיצער איז וויליג צו העלפן טרעפן א ישיבה פאר אים, ביטע פארבינדט זיך מיט מיר דורך שיקן אַן אימעיל צו [email protected]. לאזט איבער א נאמען און א טעלעפאן נומער אז דער צעבראכענער פאטער זאל זיך קענען דירעקט פארבינדן מיט אייך.
*געווען געדרוקט אין דער שטערן חודש כסלו תשע”ח
זייער א גוט געשריבן
נאר מען שרייבט: חרד”ק
חרדי-קל-דעת
עס איז א ראשי תיבות
א דאנק