די קינדער פון דעם ערמארדעטער זשורנאליסט דשאמעל קאשיגי האבן באקומען פון די סעודישע רעגירונג פרעכטיגע הייזער אין ווערד פון מיליאנען דאלארן.
אזוי אויך באקומען זיי א פעטע מאנאטליכע געהאלט פון די רעגירונג.
דאס איז א טייל פון די איבערמידליכע ארבייט פון דער קרוין-פרינץ צו פארבעסערן די באציאונגען מיט משפחת קאשיגי, וואס ציילט זיך צוויי טעכטער און צוויי זון.
די הייזער וואס זענען געשאנקען געווארן פאר קאשיגי’ס קינדער געפונען זיך אין די פארט שטאט דזשאדא.
3 פון זיינע קינדער וואוינען אין די פאראייניגטע שטאטן, און זיי פלאנען ווארשיינליך צו פארקויפן די געשאנקענע הייזער.
אבער קאשיגי’ס עלטסטער זון סאלאך וואס וואוינט אין סעודי אראביע, פלאנט זיך צו באזעצן אינעם הויז.
בין סאלמאן איז באשולדיגט געווארן דורך די וועלט אלס דער וואס האט אויספלאנירט די מארד אויף קאשיגי, אבער די רעגירונג טענה’ט אז ער האט נישט קיין שייכות מיט דעם בכלל.
אין אנהייב האט סעודי אראביע געזאגט אז זיי ווייסן נישט וואס עס גייט פאר מיט קאשיגי, אבער שפעטער האט סעודי אראביע געזאגט אז ס’רעדט זיך פון אגענטן וואס האבן געהאנדלט אויף די אייגענע האנט.
ביז יעצט האט שוין סעודי ארביע פאראורטיילט 11מענטשן אין פארבינדונג צו קאשיגי’ס טויט.