אידן איבער די וועלט, און דארונטער אידישע איינוואוינער אין פלעטבוש, זענען צוטרייסלט איבער די ביטערע טראגעדיע וואס האט אומגעברענגט א מאמע מיט 3 קינדער אין איסט 14 אין פלאטבוש.
ווען די שרעקליכע פייער האט אויסגעבראכן, זענען געווען אין די הויז 9 מענטשן, די עלטערן פון משפחת אוזן, 6 קינדער, און א קוזין.
די פייער האט אנגעהויבן ברענען ארום 2:30 AM און א שכן וואס האט דאס באמערקט האט גערופן פייערלעשער, בשעת וואס אנדערע שכנים האבן פרובירט אליינס צו אויפוועקן די פאמיליע, און אויסליידיגן דעם געביידע וואס איז שוין דאן געווען איינגעהילט אין פלאמען.
די פייערלעשער זענען אנגעקומען גאר שנעל און האבן רעאגירט מיטן אריינלויפן אין די פלאמען, הערנדיג אז עס זענען פארהאן מענטשן אין די געביידע. זיי האבן באוויזן יעדן ארויסצוברענגען צו ווערן באהאנדלט דורך הצלה. מען האט זיי אין איילעניש אפגעטראגן אין שפיטאל.
במשך די נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מאמע מרס עליזה אוזן, 40 יאר אלט, מיט 3 פון אירע קינדער זענען ל”ע נפטר געווארן, משה ע”ה 11 יאר אלט, יצחק ע”ה 7 יאר אלט, און א 3 יעריגער מיידל.
דער טאטע איז אין א שווערע צושטאנד ליידנדיג פון בראנד וואונדן אויף א גרויסער טייל פון זיין קערפער.
2 קינדער זענען ארויסגעטאנצן פון א פענסטער זענען אויך אין א שווערע צושטאנד, און 2 קינדער וואס זענען געשלאפן אויף די אונטערשטע שטאק, זענען אין סטאבילער צושטאנד.
כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען פאר די 16 יעריגע מיידל אין א קריטישע צושטאנד, שילת בת עליזה, פאר די 15 יעריגער בחור אין א קריטישער צושטאנד, דניאל בן עליזה, דער 13 יעריגער בחור וואס האט בר מצוה געהאט עטליכע וואכן צוריק און געפונט זיך אין א סטאבילער צושטאנד, אברהם בן עליזה, און פאר דער טאטע וואס געפונט זיך אין א קריטישער צושטאנד, יוסף בן אהובה מסעודה.
די פייערלעשער האבן נאכנישט באשטעטיגט די אורזאך פארוואס די פייער האט פאסירט, און קוקן אריין אין די מעגליכקייט אז עס האט זיך אנגעהויבן פון א מנורה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות. זעט בילדער און ווידעא און באזונדערע ארטיקל.