וויפיל איז די שיעור נאכאמאל אנצוהויבן פון פריש? כ’האב דאך שוין אזויפיל מאל פרובירט צו זיין גוט, און ס’גייט מיר נישט.
וואס טוט זיך אבער בגשמיות? ווען דו האסט זיך אויסגעגליטשט אויף די שניי, האסטו זיך אויפגעשטעלט, אבער ביסטו געבליבן ליגן?
און אז דו קענסט זיך נישט אליין אויפשטעלן, נעם א שטעקן, נעם א חבר, וואס זאל דיר ארויסהעלפן.
ס’איז דא עצות אויף דעם, אבער דער יצר הרע ארבעט זייער שטארק אריינצוברענגען א יאוש אין א מענטש, אז ער זאל שוין אפילו נישט וועלן זיך אויפשטעלן.