קובא האט אנגעפאנגען צו רעדוצירן די צאל עקזאמפלארן פון די אפציעלע רעגירונג’ס צייטונגען נאך וואס ס’איז נישט דא גענוג פאפיר.
דאס איז דאס ערשטע מאל וואס קובא טוט אזא שריט זייט די עקאנאמישע קריזיס אין די 90’ער יארן. וואס האט פאסירט נאך וואס די סאוויעטן פארבאנד האט זיך אויפגעלעזט.
אין קובא הערשט שוין א לאנגע צייט א מאנגל אויף עלאמענטארע פראדוקטן ווי ברויט, מעל, און אייער.
דאס איז א דירעקטע תוצאה פון די קריזיס אין ווענעזועלע, און די אויפשטייג פון א רעכטן פרעזידענט אין בראזיל, ביידע לענדער פלעגן שיקן עקאנאמישע הילף פאר קובא.
פאריגע יאר האט די רעגירונג ספעציעל געגרינדעט א עפפ מיטן נאמען ‘דאנדא אי’ (‘וואו איז דא’) וואס דארט האט מען געקענט נאכקוקן וואו ס’איז אנגעקומען נייע פראדוקטן.
אבער דאס האט נאר ערגער געמאכט די צושטאנד, ווייל יעדער איז געקומען צולויפן אויף איינמאל, אויף איין געשעפט.
“אויפן מאמענט איז גארנישט דא, און ווען ס’קמט שוין עפעס אן, איז דא עקסטרעם לאנגע רייע’ס” זאגט ניוארקע פארנטע א אייז-קריעם פארקויפערין אין האוואנא.
“ס’ווערט נאר ערגער יעדן טאג וואס גייט פארביי”, איך האב שוין צוויי מאנאטן א דאקטער צעטל צו נעמען אנטיביאטיק, אבער ס’זעט נישט אויס אז איך גיי עס האבן פון ערגעץ” זאגט דזשארדזש פי.
אינעם שווארצן מאקעט איז דא אלעס צו באקומען, אבער רוב קובאנער קענען זיך דאס נישט ערלויבן. א דורשניטליכער ארבייטער אין קובא, מאכט 30 דאלער א מאנאט.
א שאד אז אין אמעריקע איז נישטא אזא קריזיס
ווען יא, וואלט מען זיך נישט געדארפט ספראווען מיט די איבערפלוס פון צענדליגער מאגאזינען און הונדערטער גליונות און קוטרסים וואס קומען ארויס חדשעם לבקרים
און וואקסן נאך אלץ………
חס ושלום