אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

שאקירענד: א קינד פון פיר יאר אלט האט געשאסן זיין 6’יעריגע שוועסטער צום טויט

 מילי קעלי און איר ברודער האבן זיך דעם פארלאפענעם מאנטאג געפונען אין א אויטמאביל אין דזשארדזשיע. די מאמע איז געווען אינדרויסן פונעם קאר אויסצוגעפונען פארוואס די מאטאר צינדט זיך נישט אן.

מילי’ס פיר יעריגער ברודער האט געפונען אונטערן דרייווער’ס זיץ א רעוואלווער, וואס ער האט גענוצט צו אויפרובירן אויב ס’ארבעט אויף זיין שוועסטער.

מילי איז גלייך געוארן אפגעפירט אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד, דעם פארלאפענעם מיטוואך איז זי באשטעטיגט געווארן אלס א פרישע קורבן פון די אבנארמאלע גאן געזעצן אין אמעריקע.

די אפיס פונעם לאקאלן שעריף האט געמאלדן אז זיי גייען נישט אנקלאגן די מאמע.

עטליכע פריינד פונעם פאמיליע האבן גראד געעפנט א פאנד וואס זאל באצאלן די קאסטן פון די געריכט אויב דער שעריף וועט באשלאסן יא אנצוקלאגן די מאמע אויף פארנאכלעסיגונג. די פאנד האט שוין דערווייל אויפגעטריבן העכער דריסיג טויזנט דאלער.

 אין ענדע פון יאר 18′ למספ’ איז פארעפנטליכט געווארן א רעפארט אז אזויפיל ווי 8.300 קינדער ווערן יאר יערליך אפגעפירט אין שפיטאל נאך וואס זיי זענען פארוואונדעט געווארן פון קוילן.

איבערן שרייבער

יאסי ווייסמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.