אייראפע – אן אינטערעסאנטע אונטערנעמונג האט מען געזען דורך א אידישע ארגאניזאציע, וועלכע האט ערלעדיגט אז עס זאלן ווערן אנגעצונדן חנוכה מנורות ביי עטליכע ערטער איבער דער וועלט וואו עס זענען פארגעקומען טעראר אטאקעס אין די לעצטערע יארן.
צווישן די פארשידענע ערטער וואו די מנורות זענען געווארן אנגעצונדן, איז געווען פארנט פון די “הכרמל” רעסטוראנט אין אמסטערדאם, האלאנד, וואו א פאלעסטינער יוגגטליכער האט מיט 3 וואכן צוריק אויסגעשאסן דעם פענסטער.
באזונדער איז געצונדן געווארן א מנורה נעבן דעם שאפינג מארקעט אין בערלין, דייטשלאנד, וואו אן אייסיס טעראריסט האט מיט א יאר צוריק אריינגעקראכט אין פיסגייער מיט א טראק, אומברענגענדיג 12, אריינגערעכנט א אידישע פרוי.
אין ענגלאנד האבן די אידישע אקטיוויסטן אנגעצונדן א מנורה ביים אריינגאנג צום “מאנטשעסטער ארינא” פארזאמלונגס צענטער, וואו א טעראריסט האט פארלאפענעם מאי אומגעברענגט 23 און פארוואונדעט מער ווי 500.
קרעדיט: דער איד