פיאנגיענג – דער צפון קארעאר רעזשים איז פאראנטווארטליך אויף דער מאסיווער “וואנע קריי” סייבער אטאקע, וועלכע האט אפעקטירט הונדערטער טויזנטער קאמפיוטערס איבער דער גארער וועלט,
פאראליזירנדיג צענדליגער ביזנעסער און קריטישע אינסטיטוציעס, און שאפנדיג שאדנס אין ווערד פון אומצאליגע ביליאנען דאלארן – לויט א דעקלעראציע וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט מאנטאג נאכט ארויסגעגעבן.
די “וואנע קריי” סייבער אטאקע, איז געווען א סארט “רענסאמוועיר” אטאקע, וואס באדייט אז דער העקער פלאנצט אריין א ווירוס אינעם קאמפיוטער, וואס דאס טוט הערמעטיש פארשליסן אלע פיילס, אז דער קאמפיוטער באנוצער זאל מער נישט האבן קיין צוטריט דערצו, נאר אויב באצאלט מען די געלטער וואס דער העקער פארלאנגט.
פארלאפענעם זומער זענען א פערטל מיליאן קאמפיוטערס איבער דער וועלט אפעקטירט געווארן מיט די סארט סייבער וויירוס, און אמעריקע זאגט אז אלע צייכענעס צייגן אז צפון קארעא האט עס געטאן.
קרעדיט: דער איד