וואשינגטאן – שרייבנדיג די שורות דינסטאג אויפדערנאכט, זעט אויס ווי דער היסטארישער שטייער רעפארם ביל, וועלכע וועט איבערמאכן דעם אמעריקאנער שטייער–סיסטעם צום ערשטן מאל אין דרייסיג יאר, איז אויפ’ן וועג צום ווייסן הויז, פאר אן אונטערשריפט פון פרעזידענט טראמפ, וואס נאך דעם וועט עס אריינגיין אין אפעקט.
נאכמיטאג צייט האט קאנגרעס אפגעהאלטן זייער אפשטימונג אויף דער ענדגילטיגער ווערסיע פונעם שטייער רעפארם ביל, און עס איז באשטעטיגט געווארן מיט א מערהייט פון 227 קאנגרעסלייט, קעגן 203 קאנגרעסלייט וועלכע האבן געשטימט קעגן דעם ביל, דאס זענען געווען אלע דעמאקראטן און 12 רעפובליקאנער.
ווי נאר קאנגרעס האט געענדיגט שטימען אויפ’ן ביל, איז עס אריבערגעשיקט געווארן צום סענאט, וואו מען האט אנגעהויבן שטימען דערויף, בשעת’ן שרייבן די שורות. פרעזידענט טראמפ האט אין א מעסעדזש אויף טוויטער באגריסט קאנגרעס פאר דער אפשטימונג צו שניידן די שטייערן פונעם אמעריקאנער פאלק.
(אפדעיט: דעמאקראטן האבן אנגעמערקט אז דריי פראוויזיעס וואס זענען צוגעלייגט געווארן אין דער לעצטער מינוט צום ביל, פארלעצן סענאט רעגולאציעס און מוזן ארויסגענומען ווערן. דאס באדייט אז נאכ’ן סענאט, וועט דער ביל מוזן צוריקגעשיקט ווערן צו קאנגרעס נאכאמאל, פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג.)
קרעדיט: דער איד