וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע אנקעטע צייגט אז דאס אמעריקאנער פאלק איז שוין מיד פון “פעיק ניוז”.
די אנקעטע פון דער “מעריסט” פירמע צייגט, אז 23 פראצענט פונעם אמעריקאנער פאלק זאגן אז דער אויסדרוק “פעיק ניוז” – וואס באדייט “פאלשע נייעס” און איז געווארן פאפולער צוליב וואס פרעזידענט טראמפ נוצט עס אפט אראפצורייסן די מידיא – איז די מערסט-נודזשענדע ווארט, וואס זיי פלאצן ממש ווען זיי הערן עס.
דער געווינער פון דער אנקעטע, וואס א מערהייט אמעריקאנער בירגער האלטן אז ס’איז די סאמע ערגסטע ווארט פאר זיי, איז “וואטעווער”, וואס מ’ענטפערט ווען עמיצער זאגט אדער פרעגט עפעס, און מ’האט נישט קיין געהעריגן ענטפער.
הויך אויף דער ליסטע פון נודזשענדע אויסדרוקן, קומט אויך אריין דער אויסדרוק “נאו אפענס, באט”, וואס אין מאמע לשון איז דאס בערך אזוי ווי “זיי נישט ברוגז, אבער” וכו’, וואס מ’נוצט ווען מ’וויל עמיצן גוט אריינזאגן…
קרעדיט: דער איד