![](https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2017/12/photo5031019850838943717-300x295.jpg)
איך גלייך צו קאכן מיין פאמיליע און באשעפענישן… געניאלע עד דורך א שרייבן פירמע, וועלכע קאמפיינט איבער נוצן די ריכטיגע אויסלייג ביים שרייבן, ספעציעל קאמעס.
![](https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2017/12/photo5031019850838943718-300x169.jpg)
א פעקעדזשינג פאר קוקיס אין פארעם פון אן אויבן. צו צוגעבן מער געשמאק דערצו, און ארויסברענגען אז די קוקיס זענען פריש.
![](https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2017/12/photo5031019850838943719-300x290.jpg)
קענסט שרייען אז ביטקוין איז א באבל, אבער למעשה אינוועסטיר איך… עד פאר די אויפגעכאפטע ביטקוין וואלוטע, וואס איר סוקסעס איז נישט זיכער, לויט מאנכע עקספערטן.
![](https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2017/12/photo5031019850838943720-298x300.jpg)
“ביסט קאלט? קויף א ביכל. וועסט ווייטער זיין קאלט, אבער כאטש האבן א ביכל.” א שעפערישער בוך געשעפט, פרובירט אויסצונוצן די נאטור פאר זייערע סעילס…
![](https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2017/12/photo5031019850838943721-212x300.jpg)
עס הייבט זיך אלעס אן מיט די ריכטיגע געצייגן.
געלונגענע בילד און עד, פאר א פירמע וואס ערצייגט בוי מאשינען און געצייגן. מיט א דרילל וואס די ביט ביים שפיץ איז אין פארעם פון א ביזנעס וואלקנקראצער.