געוועזענער פרעזידענט עלען גארסיע האט היינט מיטוואך זיך געשאסן צום טויט ווען פאליציאנטן זענען אים געקומען ארעסטירן אויף שוחד קלאגעס.
גארסיע איז גלייך אפגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אריבער אן עמערדזשענסי אפעראציע, אבער נאך עטליכע שטונדן איז ער געשטארבן פון זיינע וואונדן.
גארסיע איז געווען פרעזידענט אין צוויי באזונדערע קאנדענציע’ס, איינס אין יאר 85′ ביז 1990. און דערנאך פון 2006 ביז 2011.
ער איז איז אויסגעפארשט געווארן אויפן האבן פארבינדונגען מיט די בוי-פירמע ‘אודברעכט’, וואס איז פארמישט אין די גרעסטע קארופציע סקאנדאל אין לאטיין אמעריקע.
אין 2016 האט ער עפנטליך מודה געווען אז די ‘אודברעכט’ האט באקומען די מאנאפאל אויף פארשידענע טייערע ליציטאציעס נאכן אים באצאלן כאבאר.
גארסיע האט פאריגע יאר געבעטן פון די דערנעבנדיגע לאנד אוראגוואי פאליטשע אימיוניטעט. נאך וואס מען האט אים פארבאטן ארויסצופארן פון לאנד, אבער אוראגוואי האט עס אפגעווארפן.
וואס איז איטערסאנט איז אז טראץ זיינע אלע סקאנדאלן, איז ער נאך שטארק פאפולער אין לאנד.