אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

נתני’: א יישוב אין די גולן בערג גייט הייסן ‘דאנאלד טראמפ’

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתני’ האט נעכטן אויפדערנאכט געמאלדן ער וויל א נאמען געבן פאר איינס פון די יישובים אין די גולן בערג ‘דאנאלד טראמפ’.

”…מיט עטליכע וואכן צוריק האב איך געברענגט אן אפציעלע אנערקענונג פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אז ער אנערקענט אז די ‘גולן בערג’ איז א טייל פון מדינת ישראל, פאר אייביג…” זאגט נתניהו ביי א פאמיליע שפאציר אין די גולן בערג.

“…און מיר מוזן דאנקען פאר פרעזידענט טראמפ איבער דעם, איך וועל עס אין נאנטן פארשטעלן אפציעל פאר די רעגירונג…”

איבערן שרייבער

יאסי ווייסמאן

באמערקונגען

  • לכבוד די חשוב’ע רעדאקציע
    אלס איינער וואס ליינט אייער אויסגאבע וואס איז זייער אויסגהאלטן הלכה’דיג וכו’ וואלט איך געוואלט אוימערקן אז עפ”י הלכה איז דאך אסור להסתכל בפני אדם רשע איבערדעם איז נישט ראוי אז מ’ברענגט דא אבילד פון א יוד וואס איז ליידער א כופר בה’ ובתורתו הק’ (אן קיין שייכות מיט די מדינה אין וואס מהאלט איבער דעם)

  • ןןיאזוי קען מען זאגן רשע אויף די גרעסטע שטיצער היינטיגע טעג פאר הונדערטע טויזנטע בחורים און כולל יונגעלייט
    און צו איז ער נישט קיין תינוק שנשבה.

  • אה און טראמפ אבאמא וכו’ זענען צדיקים גמורים
    ממש ווי מצות פון החוזה מלובלין, נאר דא דערמאנסטו דיך פון רשעים צדיקים וכו’
    און איך זע אסאך רשעים כופרים בה’ ובתורתו הק’ (כלשונך) וואס גייען אויף ביקורי חג צו רבנים וצדיקים [אפשר דארף מען דן זיין די צדיקים לכף זכות אז זיי קוקן נישט אויף זיי]

  • ס’וועט ענק גארנישט העלפן!
    אויב ווילט איר אויפהערן קוקן אויף רשעים, ביטע ווארפט אוועק אייער טעלעפאן, ווייל אויף יעדע בילד איז דא א רשע, דער גבאי וואס שטייט לעבן דיין רבי איז אויכט א רשע נעכטן האט ער געשלאגן א בחור’ל פארן זיך שטופן צו נאנט צום רבי’ן, צוויי טעג צוריק האט ער געטוהן עפעס א צווייטע עבירה’לע, בקיצור אפיךו אינעם שפיגל וועסטו טרעפן א רשע, (טריי איט אוט)
    אסאך הצלחה ב”ה ועמך כולם צדיקים (בנטורי קרטא היו אומרים רשעים)

  • אנטשולדיט אבער מיין רבי’ס גבאי הייסט נישט יוסל אשכנזי
    און לגופו של ענין זעט טאקע אויס ווי גבאים מיט טראמפ און אבמה זענען עובר אויף ‘קליינע עבירלעך’ כלשון קדשך

  • עס איז רעכט אז א אידישער אפשטאמיגער און איז כופר בתורה ומצוות איז פיל ערגער דאס קוקן אויף אים
    ווי א גויאישער פאליטישען

  • אויכעט מיר א קנאי… און וואס איז מיט די אלע פאליטשענס פון דאס ארגסטע סארט, וואס מען קישט זיך און מען לעקט זיך צו זיי פאר א פאר דאללער?
    און וואס איז מיט אלע לשון הרע, רכילות, און ביזוי תלמידי חכמים וואס מען טוט כסדר פראקטיצירן ביי די מכלומר’שן קנאישין לאגער?

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.