אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

שוועדן אפעלירט: באהאלט אייערע געלטער אונטערן מאטראץ!

די שוועדישע רעגירונג האט אפעלירט צו זייערע בירגער צו זאמלען באנקנאטן און מטבעות אן זיי באהאלטן אונטערן מאטראץ, כדי עס זאל זיין צו די האנט אין פארשידענע נויטפעלער, א שטייגער ווי מלחמות, טעראר אטאקעס, אדער לאנג-פארצויגענע קורצשלוסן.

א רעגירונג אגענטור וועלכע באטראכט אלע סארט עמערדזשענסי סיטואציעס, האט ארויסגעלייגט ספעציעלע אנווייזונגען פאר די עלטערן מיט גרויסע פאמיליעס, צווישן אנדערע איז צו האלטן “א קלענערע סומע געלט אונטערן מאטראץ אין פאל פון נויט”…

לויט א באריכט אין די טיימס איז דאס געקומען צוליב שרעק פון א סייבער אטאקע קעגן שוועדישע בענק, אדער אז העקער וואס פארכאפן די קאמפיוטער סיסטעם זאלן נישט פאראליזירן דעם עקאנאמיע, ווען קיינער וועט נישט בלייבן מיט א פרוטה אין מזומן.

די שוועדישע זענען גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע לענדער אינעם מערב וועלט וואס גלייבן בעסער צו סווייפן דעם קרעדיט קארטל ווי איידער זיך צו דרייען מיט קעש, און דערפאר ציטערט שוועדן פון זיך טרעפן איין טאג אלס א קעש-לאזער לאנד. לויט די סטאטיסטיקס פון שטאקהעלעם ווערט א קארגע 18% אפצאלונגען איבערן לאנד באצאלט מיט קעש.

ריקסבאנק, די צענטראלע שוועדישע באנק, האט פארלאפענעם וואך גערופן פאר די אגענטור אריינצוקוקן אינעם אפציע פון א שוועדן אנע קעש. דערפאר האט מען יעצט געבעטן צו אוועקלייגן די קעש. “ס’איז נישט בלויז פאר צייטן פון עמערדזשענסי” זאגט זייערס א ווארטזאגער פארן פאראלאמענט. “אפילו אין פרידנס צייטן איז אויך וויכטיג צו האבן אוועקגעלייגט עפעס מזומן”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.