מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט רעאגירט גאר שארף, צו באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע גייט שיקן שווערע מיליטערישע געצייג און וואפנס פאר דעם אוקראינישן מיליטער.
די באריכטן צייגן אז פרעזידענט טראמפ און דער סטעיט דעפארטמענט האבן באשלאסן צוצושטעלן די וואפנס פאר אוקראינע, אריינגערעכנט פארגעשריטענע דזשאוועלין אנטי-טאנק מיסילס, און דאס ווייסע הויז איז קאנפידענט אז דער סענאט וועט עס גרינג באשטעטיגן, וויבאלד אינעם סענאט איז שוין סייווי לאנג דא א גרויסע מערהייט וועלכע ווילן די סארט הילף פאר אוקראינע.
אין א סטעיטמענט, האט די רוסישע רעגירונג געווארנט אמעריקע דאס נישט צו טאן, זאגנדיג אז די וואפנס וועלן ברענגען אז דאס אוקראינישע מיליטער וועט עס נוצן אין מזרח אוקראינע – וואו עס גייען אן קאמפן מיט די פרא-רוסישע רעבעלן – און עס וועט קאסטן ציווילע קרבנות.
קרעדיט: דער איד