ר’ שלום מרדכי רובאשקין איז נישט געווארן צובראכן און מיואש נאך זיין אומ’יושר’דיגער אורטייל פון 27 יאר אין טורמע, און האט אויסגענוצט די לאנגווייליגע טעג און וואכן מיטן לערנען און שרייבן בריוון צו אידן איבער די וועלט, אנגעפולט מיט אמונה און בטחון. עס זענען אפילו ארויסגעקומען ביכער פון די פולע בריוון, און עס איז געווארן אויפגעבויעט א שטארקע קשר פון ר’ שלום מרדכי וואס איז געזיצן איזאלירט אין זיין צעל, מיט כלל ישראל וועלכע האט געטון אלס וואס מעגליך צו ארויסהעלפן די פאמיליע.
אין די צייט ווען ר’ שלום מרדכי איז שוין געווען אינדרויסן פון טורמע, ווערנדיג באפרייט דורך פרעזידענט טראמפ – דער ריכטיגער שליח פון הימל צו ברענגען דעם אומרעכט צו אן ענדע – איז צו די פאסט קעסטל פון סקווירא תלמוד תורה אין מאנסי אנגעקומען א בריוול, דורך נישט קיין אנדערער ווי ר’ שלום מרדכי, וואס האט אין זיין לעצטן בריוו אין טורמע צוריקגעשריבן צו א גאנצע קלאס פון קינדער וואס האבן אים געשיקט א שייינער חיזוק בריוו.