פון אן אייניקל, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.
אודיא פייל פון הרה”ח רבי ראובן שמעלצער ווערט פארעפנטליכט.
הרה״ח רבי ראובן שמעלצער ז״ל האט געהערט אז א איד געפינט זיך אין א צרה האט ער פרובירט צו טוהן וואס נאר מעגליך, נישט קוקענדיג צו ער וועט מצליח זיין, און צו ער האט בכלל א טשאנס.
ער האט יעדן טאג געטראכט וואס ער קען טוהן צו העלפן רבי שלום מרדכי, צווישן אנדערע פלעגט ער רופן עסקנים און אריינלאזן וואויס מעילס אז מען זאל זעהן וואס מען קען טוהן צו באפרייען רבי שלום מרדכי.
ווען זיין זוהן ליפא שמעלצער האט איינטיילגענומען און געזינגען ביי די חנוכה מסיבה אין די ווייסע הויז, האט ער פרובירט זיין געלעגענהייט, און געוואלט אז ליפא זאל רעדן צו אבאמא וועגן רובאשקין, נישט קוקענדיג וואס עס וועט אויסמאכן בכלל. נאכדעם וואס ליפא האט זיך באקענט מיט די וואשינגטאן באאמטע, האט ער געבעטן פון ליפא זאל אים גיבן די נומבער פון הרב לוי שם טוב, די חב״ד שליח פון וואשינגטאן, און ער האט אים אויך אנגעקלונגען צו זעהן וואס מען קען העלפן.
די וואויס מעיל איז צו אן איינוואוינער אין שיכון סקווירא, ווען ער האט געהערט אז יענער האט א נאנטע משפחה מיטגליד אין חב״ד.
רבי ראובן איז אוועק דעם פארגאנגענע כ״ז אלול און ער האט נישט דערלעבט דעם טאג אויף וואס ער האט אזוי געהאפט און געווארט, אבער זיכער האלט ער מיט פון אויבן און פריידט זיך מיט מיט כלל ישראל.
אט האט איר דעם אודיא פייל.