911 וואס איז די עמערדזשענסי? האט דער דיספעטשער אויפגעהויבן דעם טעלעפאן, מיט א רואיגער שטימע?
“מיר האבן דא א ראול דאק טעיפ אין אונזער הויז!” איז געקומען דער אנגעצויגענער ענטפער.
אקעי, מיר שיקן אריבער א שטאב צו אייך אינדערהיים, ביטע צייגט זיי אן וואו צו גיין…
בערך אזא סצענע האט זיך אפגעשפילט אין די שטעטל בענגער, אין מעין, די טעלעפאן רוף איז נאר געווען אביסל אנדערש…
די פאליציי סטאנציע האט באקומען א סעריע טעלעפאון רופן פון דערשראקענע איינוואוינער איבער א גנב וואס דרייט זיך אנגעבליך ארום ביי זיי אין בעיסמענט, די מצב איז אנגעצויגן, און זיי בעטן זיך איין אז מען זאל וואס שנעלער אפשיקן א איינהייט פון געלערנטע און באוואפנטע אפיצירן, צו קאנפראנטירן דעם נאכט גנב.
אפיצירן זענען ערשינען צו דעם שטוב, און גאר פארזיכטיג גענומען פאזיציעס ארום דעם בא’גנב’טן שטוב. זיי האבן זיך געגרייט דאס צו אינוואדירן און געהייסן אלע איינוואוינער אין שטוב זאלן זיך אויסבאהאלטן אונטער בעטן וכדו’ אז אין פאל דער גנב וועט נוצן געווער, זאל זיך קיינער נישט שעדיגן חס ושלום.
דער דיספעטשער האט איבערגעגעבן פאר די אפיצירן אלע אינפארמאציע וואס די שטוב אייגנטומער האבן געזאגט, ווי די גערודער וואס דער גנב האט געמאכט ביים ארויפקומען די שטיגן, לאזנדיג קלאנגען ווי “טאמב-טאמב-טאמב…” און דאס אז די הינטל האט זיך זייער צעווילדעוועט, שמעקנדיג א פרעמדער, זיי זענען נישט געווען קלאר פון וויפיל מענטשן מען רעדט, און צו די פארשוין איז באוואפנט.
נאך עטליכע מינוט פון פלאנירן א סטראטעגיע, האבן די פאליציי אפיצירן געשטורעמט דעם הויז, און געשריגן אז דער פארשוין זאל זיך אונטערגעבן.
די פראבלעם איז געווען אז א ראול “דאקט טעי”פ” קען זיך נישט אונטערגעבן… עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א די גערודער וואס זיי האבן געהערט און וואס האט זיי אזוי אנגעשראקן, איז געווען א ראול טעיפ וואס האט זיך אראפגעקוילערט די טרעפן, ארויספאלנדיג פון אן איבערגעפולטן קעסטל מיט ווערדלאזע שטותים’לעך.
די פאליציי אפיצירן האבן אויסגעשאסן אין א געלעכטער נאך וואס די שמעק הינט האט באשטעטיגט אז עס איז נישט דא קיין שום מענטש אין די גאנצע אונטערשטע שטאק…