עס ווייסט יעדער די קשר וואס עס האבן אויפגעבויט די קינדער פון תלמוד תורה סטאלין אין בארא פארק, מיט דעם באפרייטן ארעסטאנט, ר’ שלום מרדכי רובאשקין. אנגעפירט דורך דער מלמד און מחנך הר”ר לייביש ליש שליט”א, וועלכע האט ארויסגעגעבן א וועכנטליכן גליון “קול שלום מרדכי” און אפילו ערצייגט א ספר פאר א ליקוט פון אסאך גליונות, אנגעפולט מיט אמונה, בטחון, און אינספיראציע.
ווי פארשטענדליך איז ר’ שלום מרדכי געגאנגען אפשטאטן א באזוך צו אפגעבן זיין דאנק פאר די קינדער וואס האבן אים אזוי שטארק דערפריידט אין די שווערע זמנים אין טורמע, אט זענען עטליכע ווידעאס פון זיין באזוך.