גואטאמאלא – די רעגירונג אין גואטאמאלא האט געמאלדן, אז אין די נאענטע טעג וועלן זיי אנהייבן דעם פראצעדור פון אריבעררוקן זייער אמבאסאדע אין מדינת ישראל, פון תל אביב קיין ירושלים, וואס דערמיט וועלן זיי אומאפיציעל אנערקענען אז ירושלים איז מדינת ישראל’ס הויפטשטאט, נאכפאלגנדיג די פיסטריט פון דער אמעריקאנער רעגירונג, וועלכע האט געמאלדן די אנערקענונג מיט עטליכע וואכן צוריק.
באזונדער האט מען נעכטן געהערט פון איזראעלישע רעגירונג באאמטע, אז ס’איז פארהאן א ליסטע פון ארום צען אנדערע לענדער וועלכע גייען די קומענדיגע טעג מעלדן שריט ענליך צו גואטאמאלא און די פאראייניגטע שטאטן.