א הויכראנגיקער גענעראל אין די איראנער ארמיי האט געווארנט אז אויב וועט אמעריקע טוען “נארישע שריט”, וועט איראן דערטרענקען די אמעריקאנע שיפן וועלכע זענען געשיקט געווארן צו זייער געגנט.
“מיר וועלן פארשיקן זייערע קריגס שיפן צום ים אפגרונד צוזאמען מיט זייערע פליגער און די גאנצע שטאב פון מענטשן, מיט צוויי מיסל’ס אדער מיט געהיימע וואפן” האט גענעראל מארטאזא קארוואני געזאגט פאר די איראנער ‘מיזאן’ נייעס אגענטור.
דאס איז געקומען אביסל נאכדעם וואס אן אנדערער הויכקאנגיקער איראנער גענעראל האט געזאגט פאר די ‘מאהאר’ נייעס אגענטור אז “איך גלייב אז די לאגישע אמעריקאנער און ערפארענע גענאראלן וועלן נישט לאזן פאר די ראדיקאלן פון לאנד ארויסגיין אין קריג מיט איראן. זיי וועלן זיך נישט אריינלייגן אין א סיטואציע פון וואס זיי וועלן זייער שווער קענען ארויסקריכן דערפון”…
דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געשיקט צום מיטל מזרח פרישע 1,500 אמעקיראנער סאלדאטן, נאכדעם וואס ער האט שוין דארט צוויי קריג’ס שיפן.