א זעלטענער געשיכטע האט פאסירט ווען א פליגער וואס האט געזאלט פליען פון קאלאמביע קיין טאקיא האט געמוזט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין מעקסיקא, נאכדעם וואס איינער פון די רייזענדע האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין און איז געשטארבן אויפן פליגער, אלס רעזולטאט פון איינשלינגען 246 פעקלעך קאקעאין דראג’ס בעפאר די רייזע.
די אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם פרייטאג, ווען דער יאפאנעזער 42 יעריגער פאסאנזשיר האט זיך אנגעהויבן צו ווארפן דורכאויס די רייזע, און זעענדיג זיין קריטישן מצב האט מען געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג. נאכן לאנדונג איז ער אונטערזיכט געווארן דורך א פאראמעדיק וואס האט נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן אז דער פאסאזשיר איז מער נישט פון די לעבעדיגע.
ער איז געפירט געווארן צו א צימער וואו מען האט אים אפערירט, און געטראפן אין זיין בויך 246 פעקלעך פון קאקעאין דראגס, וואס יעדע פון זיי איז ביז 2.5 סענטימעטער גרויס. איבעריג צו זאגן אז קיינער האט שוין נישט געדארפט פארשן ווי אזוי ער איז געשטארבן.