א ווייסע טויבעלע האט געראטעוועט א דייטשער מאטאריסט פון א ספידינג טיקעט, מיטן פליען אין די ריכטיגע צייט און אויף די ריכטיגע פלאץ, צו פארדעקן דעם דרייווער’ס געזיכט פון א באהאלטענע פאליצייאישע קאמערע, וועלכע האט אפגעכאפט דעם טראפיק-פארלעצונג.
דער דרייווער, איז לויט די לאקאלע פאליציי געפארן אין די שטאט ווירסאן אין מערב דייטשלאנד מיט א שנעלקייט פון 54 קילאמטער פער שטונדע, אין די צייט וואס מ’מעג דארט בלויז פארן אויף 30.
מיט דעם אלעם, האט די קאמערע אפגעכאפט די ציפערן פון די לייסענס טאוועל, און מען וואלט אים געגעבן א קנס פון 105 יורא, אבער פארט האט די פאליציי באשלאסן אים צו פארגעבן דעם טיקעט.
די פאליציי האט פארשפרייט דעם בילד וואס די קאמערע האט געכאפט, שרייבנדיג אז “דער דרייווער איז געראטעוועט געווארן דורך א מלאך מיט פליגלען וואס האט אים אפגעהיטן”… זיי האבן צוגעלייגט אז “מיר האבן פארשטאנען דען רמז, און געלאזט דעם באנדיט גיין ווייטער. אבער מיר האפן אז ער וועט פארשטיין אונזער רמז, און פון היינט און ווייטער דרייוון פארזיכטיג”…