אירי, פענסילוועניע. – א פענסילוועניע פרוי איז דערשטוינט געווארן ביים קוקן אנליין דעם עלעקטעריק ביל און געזען ווי ס’איז ביי איבער 284 ביליאן דאלאר. א שטוינענדע סומע. אפשר האט מען גענוצט צופיל עלעקטעריק, האט מען געקלערט. אמווייניגסטנס האט מען זיך געקענט טרייסטן, אז די פולע סומע איז ערשט געווארן פעליג אין נאוועמבער 18′, און בלויז א מינימום פעימענט פון 28,156 דאלאר איז געווען פעליג שוין איצטערט אין דעצעמבער.
די פרוי’ס א זון האט זיך פארבונדן מיט דער פענסילוועניע-עלעקטעריק פירמע, און זיי האבן אויפגעקלערט אז דא איז פשוט גערוקט געווארן א דעסימל אינעם קאמפיוטער סיסטעם, ווארשיינליך דורך א פעלערהאפטיגן וועבסייט פראגראמירער, און די ריכטיגע סומע איז 284.46 דאלאר.
קרעדיט: דער איד