פאריז, פראנקרייך. – סטארס איבעראל זענען באזארגט איבער דער שטייגונג פון אנליין שאפינג, א הויפט פירער פון איינע פון די גרויסע שאפינג מאול פירמעס האט אבער געזאגט אז פיזישע סטארס וועלן אלץ בלייבן א וויכטיגע נוצבארע זאך, און דער וואוקס פון אנליין שאפינג וועט זיך עווענטועל אפשטעלן, ווייל מענטשן האבן ליב צו גיין צו געשעפטן, און אנליין שאפינג קען נישט גענצליך ערזעצן פיזישע סטארס.
די דערקלערונג איז געקומען פונעם פירער פון דער יוניבעיל-רודעמקא שאפינג מאול פירמע, וועלכער האט פארגאנגענע וואך געצאלט 16 ביליאן דאלאר אפצוקויפן די גיגאנטישע וועסטפיעלד שאפינג מאול פירמע. איר באאמטער האט געזאגט אז אנליין שאפינג וועט אממערסטנס אנקומען צו 20 פראצענט פון גלאבאלע ריטעיל שפענדונג, אבער נישט מער, דאס איז קעגן 8-10 פראצענט יעצט.
מיט דעם צוזאמשטעל פון יוניבעיל-רודעמקא און וועסטפיעלד שטעלן זיי ארויס א שטערקערן קאנקורענץ צו דער סיימאן פראפערטי גרופע פירמע, די אייגענטימער פונעם וואודבוירי קאמאן שאפינג מאול, וועלכע איז די וועלט’ס גרעסטע שאפינג מאול פירמע. אינאיינעם האט די אויבנדערמאנטע קאמבינירטע פירמע 104 שאפינג מאולס וואס ציען איבער 1.2 באזוכער יערליך