טעהראן – דער איראנער פארלאמענט האט נעכטן פאראייניגטערהייט באשטעטיגט א ביל, וועלכע דערקלערט אז איראן אנערקענט ירושלים אלס די פערמאנענטע און אייביגע הויפטשטאט פון פאלעסטינע, דאס לאנד פאר דעם אראבישן פאלק אין ארץ ישראל.
די אפשטימונג איז באשטעטיגט געווארן מיט 207 שטימען, און 0 פארלאמענט מיטגלידער האבן געשטימט דערקעגן. דער פארלאמענט פירער אלי לארידזשאני האט נאך דער אפשטימונג געגעבן א רעדע, אין וועלכע ער האט עס דערקלערט אלס א היסטארישער מאמענט.
די איראנער דעקלעראציע פון ירושלים אלס הויפט-שטאט פון פאלעסטינע, קומט אלס דירעקטע רעאקציע צו דעם וואס פרעזידענט טראמפ און די אמעריקאנער רעגירונג האבן מיט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל.
קרעדיט: דער איד