דער שרעק ווארפענדער גענגסטער ‘על נאגריטא’ קען נישט ציילן וויפיל מענטשן ער האט ערמארדעט. גאנץ ווענעזועלע ציטערט פון דעם 24 יעריגער מאסן מערדער, אבער מיט דעם אלעם רעדט ער זיך אפ אז די קריזיס אין ווענעזועלע שעדיגט אים זיין גוט-גייענדע ביזנעס.
א קויל פון על נאגריטא’ס ביקס קאסט א דאלער, און ער טראכט אסאך בעפאר’ן נוצן א קויל. די קריזיס האט געברענגט דערצו אז די בירגער זענען אויסגעזעקלט, אזוי אז ס’לוינט זיך נישט פאר די גענגסטער’ס צו פארכאפן משכונות פאר אויסלייז געלט ווי ביז היינט, וויבאלד קיינער האט נישט צו באצאלן אפילו אויב מ’וויל.
“ס’איז שווער פאר אונז צו איבערלעבן” רעדט זיך דער רוצח אפ. “אז מ’ליידיגט אויס א קוילן מאגאזין האסטו פארלוירן 15 דאלער, און אז די פאליציי נעמט צו דיין ביקס האסטו פארלוירן 800 דאלער. עס איז נישט דא פון וואו צו שאפן דאס געלט וואס מ’האט שאדן געהאט”.
די ערנסטע פינאנציעלע קריזיס וואס האט אריינגעווארפן דאס לאנד אין טרויער און אין כאאס, האט כאטש געהאט איין גוטע תוצאה, אז די פאברעכן איז דראסטיש געפאלן, אין די לאנד וואס איז פון די סאמע געפארפולסטע איבער די וועלט.
אום 2018 זענען ערמארדעט געווארן דורך די אינטערוועלט גרופעס אזויפיל ווי 10,598 מענטשן, און מאמענטאל איז עס שוין געפאלן מיט פערציג פראצענט.