א פארשוין איז געשטארבן פון זיינע וואונדן נאכדעם וואס ער האט זיך אונטערגעצינדן פארלאפענעם מיטוואך פארנט פון די ווייסע הויז, אין די וואשינגטאן מאאל, א פאפולערע טוריסטן ארט.
איבעראל איז פארשפרייט געווארן בילדער ווי ער שטייט פלאקערדיג, אין די צייט וואס די סיקרעט סערוויס האט אים אויסגעלאשן און געגעבן ערשטע הילף. ס’איז נישט קלאר די מאטיוון פון דעם פארשוין.
דער מענטש האט באוויזן צו שטיין גאר א לאנגע צייט רעלאטיוו ארומגענומען מיט צינגען פייער, און לויט געוויסע באריכטן האט ער געהאט א שיצונג וועסטל וואס האט אים טיילווייז געזאלט באשיצן.
דאס איז די צווייטע מאל וואס א מענטש צינדט זיך אונטער די לעצטע 2 חדשים פארנט פון די ווייסע הויז, טראץ וואס דער פאריגער מאן איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן.