אין די היינטיגע סאשעל-מידיע וועלט וואו עס ווערט כסדר פארגאסן מענטשליכע בלוט פאר אפאר נארישע ‘לייק’ס’, הערט מען ענדליך פאזיטיווע נייעס אז איין אזא שלעכטהארציגער האט ביטער אפגעשניטן פאר זיין רשעות’דיגער אקט.
די געשיכטע האט פאסירט אין שפאניע, ווי א געוויסער באקאנטער לץ מיטן נאמען קאנגכואה רען – א כינעזער אפשטאמיגער וועמען מ’רופט ‘ריסט’ – האט געגעבן פאר א 21 יעריגער היימלאזער הונגעריגער מאן א נדבה פון 20 יורא און א ‘סענדוויטש קיכעלע’, וואו ער האט אריינגעלייגט ציין-פיץ אנשטאט די ווייסע קריעם.
ער האט אפגעכאפט ווי דער היימלאזער האט זיך נעבעך פון גרויס הונגער ארויפגעווארפן אויפן קיכעלע, אבער דאן אויסגעבראכן די גאנצע זאך מיט עקל, שפירנדיג די ציין-פיץ. “קוקט, ענדליך האט ער זיך געפיצט זיינע ציינער” זאגט דער קאלטבלוטיגער לץ מיט פרייד נאכן אפטוען די שטיקל.
דער לץ האט איבעראל געשיקט דעם ווידעא, אבער עס האט באלד געשאפן א געפערליכע שטורעם, וואו יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט עס גאר שארף פארדאמט. דריי טאג נאך די אינצידענט האט אים די פאליציי געפירט אין טורמע.
די געריכט האט אים פאראורטיילט צו געבן 20,000 יורא ‘אנטשולדיגונג געלטער’ פארן נעבעכדיגן היימלאזער, און 15 מאנאטן טורמע, באזונדער איז ער נישט ערלויבט צו לייגן אויף סאציאלע מידיע קיין שום אייגענע ווידעא פאר די קומענדיגע 5 יאר.