א שרעקליכע היץ איז באפאלן צפון און צענטראל אינדיע. לויט די וועטער באריכט פון די לאקאלע ‘על-דאראדא’ איז דאס יעצט די אכט הייסטע ארט אין די וועלט, נאך זיבן געגנטער אין די נאנטע פאקיסטאן.
אין שטאט טשארו אין מערב פון די ראדזשאסטאן פראווינץ איז היינט רעקארדיגט געווארן א היץ פון 120.02 פערענהייט (48.9 סעלציוס). די איינוואוינער זענען אנגעווארנט געווארן פון פריער, און די שפיטעלער האבן אינסטאלירט גאר שטארקע עיר-קאנדישאן’ס פאר די קומענדיגע טעג.
נאכדעם וואס די שאסייען האבן זיך אנגעהויבן צו צעלאזן פון היץ, האבן שטאטישע טראק’ס דוכאויס דעם טאג געגאסן פילע גאלאנען קאלטע וואסער איבער די שטאט צו פארמיידן די שרעקליכע צעלאזענישן.
אינדיע מוטשעט זיך אין די לעצטע פאר טעג מיט א שרעקליכע היץ כוואליע, וואס האט שוין אפגעקאסט עטליכע קרבנות. די לעצטע 2 וואכן זענען 17 מענטשן געשטארבן פון היץ אין די טעלענגא פראווינץ פון אינדיע, און נעכטן איז א פארמער אין די שווארדזשסטאן געגנט אויסגעגאנגען פון היץ ה”י.