די שמועות איבער די ארעסט האט שאקירט יעדעם איינעם, קיינער האט דאס נישט געקענט גלייבן. רעי וואניובהאבען, דער פרידליכער 82 מאן וועלכער האט אלס געלאכט צו יעדעם און געווען א באליבטער פיגור, איז ארעסטירט געווארן פאר א דאפלטער מארד וואס ער האט דורכגעפירט מיט 43 יאר צוריק…
רעי איז אן אלמן מיט 5 קינדער וואס ציילט זיך אין די לעצטע 20 יאר אלס איינער פון די 800 איינוואוינער אין די שטאט לעיקוואד אין צפון וויסקאנסין, וואס איז ארומגענומען מיט וועלדער און טייכלעך. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ער דורכגעפירט א דאפלטער מארד, ניטאמאל פרובירנדיג צו פארווישן די שפורן, אבער פאר עפעס א סיבה איז ער פארבליבן אינדערויסן פון די עף. בי. איי. ראדארן.
די דאפלטער מארד איז פארגעקומען אום יולי דער 9’ער יארע 1967 אין די מעקלינטאק פארק אויף דרום לעיקוואד, ווען א פארפאלק האט אויפגעשטעלט א געצעלטל בעפאר’ן ארויסגיין אין א שפאציר, און דאן האט זיך געהערט דאס גערויש פון צוויי שיסערייען וואס האבן אויפגעטרייסלט די שטילע געגנט. די פארפאלק איז געטראפן געווארן טויט.
די פארשער האבן נישט געקענט פארשטיין וואס דא האט פאסירט, די בערזלעך זענען געווען, עס פעלט גארנישט, און די סיבה פון די שיסעריי איז פארבליבן א מיסטעריע. מען האט פרובירט מיט די. ען. עי. אבער ס’איז נישט געווען קיין רעזולטאטן. ערשט נישט לאנג צוריק האט מען גענומען די ערשטע די. ען. עי. סעמפל פון רעי וואניובהאבען, און זיי האבן באלד געזען אז ער איז דער בחור וועמען מ’זוכט.
אנקומענדיג פאר א פארשער האט ער כסדר איבערגעזאגט אז ער איז נישט שולדיג, און איז באפרייט געווארן פאר א מיליאן דאלער בעיל. מענטשן גלייבן נישט אז אזא פריינטליכער פארשוין האט דורכגעפירט די שיסעריי, אבער נאכן איבערקוקן טיפער זיין פארגאנגענהייט שטעלט זיך ארויס אז ער איז אלס יונגער מענטש געווען א קרימינאל וועלכע איז עטליכע מאל געזעסן אין טורמע פאר טערמינען פון אפאר יאר.
ערשט יעצט ווען זיין געזיכט איז ארויסגעקומען, איז ער געווארן אגרעסיוו און פלוצים איז דער פריינדליכער אלטישקער געווארן א שרעקעדיגער פארשוין, און זינט דאן גלייבט שוין יעדער אז ער שטייט אונטער די דאפלטע מארד.
Post Views:
814