פלארידע – א פאליציי אפיציר פון פלארידע האט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין אמט, עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס ס’זענען אפירגעקומען אנטיסעמיטישע קאמענטארן וואס ער האט געמאכט אין לויף פון די יארן.
אפיציר מייקל האמילפון געינסוויל, פלארידע, איז געווארן שטארק אויסגערימט פאר זיין רעטונגס ארבעט נאך האריקעין אירמע פארלאפענעם זומער, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט א היסטאריע פון אנטיסעמיטישע קאמענטארן.
צווישן אנדערן האט האמיל געשריבן אפאר יאר צוריק אז נארישע מענטשן דארפן געשיקט ווערן צו אויווענעס און מ’דארף מיט זיי האנדלען אויפ’ן היטלער וועג. באזונדער פלעגט ער אפט שרייבן גאר שאקירנדע וויצן איבער אידן, שרייבנדיג צווישן אנדערן “וואס איז דער דיפערענץ צווישן ווען א גוי גייט אין קעמפ און א איד גייט אין קעמפ (לאגער)? דער גוי קומט פאקטיש צוריק לעבעדיג”.
קרעדיט: דער איד