מאסקווע – א פארשוין איז ארעסטירט געווארן אין רוסלאנד, אין פארבינדונג מיט דער באמבע אטאקע ביי א סופערמארקעט אין סט. פיטערסבורג פארגאנגענע וואך, פון וועלכן אכצן זענען פארוואונדעט געווארן.
די רוסישע אויטאריטעטן זאגן אז פון די אכצן פארוואונדעטע זענען נאך 7 אין שפיטאל, און די אויטאריטעטן האבן באוויזן צו דערגיין אויף די שפורן פונעם שולדיגן וועלכער האט אונטערגעשטעלט די באמבע אלס אן איסלאמיסטישע טעראר אטאקע, אבער יענעמ’ס אידענטיטעט איז נישט ארויסגעגעבן געווארן.
אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר’ן אויפרייס, אבער די אויטאריטעטן זאגן אז דערווייל זענען נישטא קיין שום באווייזן אז יענער האט געהאט סיי וועלכע שייכות מיט אייסיס.
דער ארעסטירטער איז אנגעקלאגט געווארן אויף טעראר קלאגעס, אבער ער קאאפערירט מיט די אויספארשער, און ער וועט דורכגיין גייסטישע אונטערזוכונגען.
קרעדיט: דער איד