דעטרויט – א מאדנע געשיכטע האט פאסירט אין דעטרויט, מיט א דעלטא עירליינס פליגער, ווען א פויגל האט ממש ווי געהיידזשעקט דעם פליגער, באווייזנדיג צו צווינגען דעם פילאט אויסצודרייען דעם פליגער און לאנדן צוריק אין דעטרויט, פון וואו ער האט זיך געהויבן.
די געשיכטע האט פאסירט פארלאפענעם שבת, אויף פלייט נומער 1943, פון דעטרויט צו אטלאנטא, ווען נאכ’ן שוין אנהייבן פארן, האט מען באמערקט דעם פויגל ארומפליען אין דער קאבינע, שאפנדיג א כאאס און פאניק ביי פילע פון די פאסאזשירן, און ברענגענדיג דעם פילאט צו מאכן דעם באשלוס זיך צוריקצודרייען.
מ’האט דעם פויגל פרידליך אראפגעפירט פונעם פליגער, אבער ער איז נישט ארעסטירט געווארן פאר קיין אויספארשונגען…
קרעדיט: דער איד