ניובערג – ניו יארק גאווערנאר, ענדרו קאומאו, האט צום נייעם יאר 18′ ארויסגעשטעלט א גרויסצוגיקן פלאן, מיט’ן ציל אויסצוברייטערן דעם קליינעם אפסטעיט ניו יארק לופטפעלד באקאנט אלס “סטוארט אינטערנעשאנעל לופטפעלד”.
קאומאו’ס פלאן רופט אויסצוגעבן 34 מיליאן דאלאר, אז מ’זאל קענען אויסברייטערן דעם לופטפעלד, סיי פיזיש מיט נייע ראנוועיס און איינריכטונגען, און סיי צו קענען אויפנעמען מער שטאב און זיכערהייט ליניעס.
זיין פלאן קומט נאכדעם וואס דער לופטפעלד האט אנגעהויבן סערווירן געוויסע אינטערנאציאנאלע פלי רייזעס פארלאפענעם זומער, און עס פעלט זיך אויס די אינפראסטרוקטור דערפאר.
טייל פון קאומאו’ס פלאן איז צו טוישן דעם נאמען פונעם לופטפעלד, אלס “ניו יארק אינטערנעשאנעל לופטפעלד”.
קרעדיט: דער איד