א פרוי אין לארעין ניו יארק, האט זיך געטראפן פארשפארט אין איר שטוב צוליב די גאר הויכע שנייען וואס האבן איר נישט געלאזט אפילו דרייען די הענטל פונעם טיר. זי האט געמוזט רופן די פייערלעשער, און ווארטן מען זאל ברענגען א ריזיגן בולדאזער צו קענען רייניגן די שניי, און איר ארויסראטעווען.
עס האט פאסירט פארגאנגענע מיטוואך, די הויז געפונט זיך אויף די “פרענטש סעטלמענט ראוד,” און מען האט נישט געקענט אריין אדער ארויס פון דעם שטוב. עס איז געפאלן איבער 6 פיס שניי, אין געוויסע ערטער אין די געגנט פון דזשעפערסאן קאונטי, וואו עס האט פאסירט די געשיכטע.
די פייערלעשער אויפן סצענע האבן גענוצט האנט שאוולעך, בולדאזערס, און אסאך מענטשן קראפט צו אפרייניגן די הויז און באפרייען די איינוואוינער.
די פייער סטאנציע און שטאטישע באאמטע אין די געגנט האבן דאן פארשפרייט א מעלדונג אז “מען זאל האלטן אן אויג אויף די שכנים, באזונדער עלטערע לייט, צוליב די גאר הויכע שנייען וואס זענען געפאלן אין די געגנט.
בילדער