פאר צענדליגע יארן חלומ’ען שוין מענטשן פון פליעדיגע קארן און אזוי ווייטער. ביזדערווייל אפילו עס זענען שוין ארויסגעקומען געציילטע סארטן, דארף מען האבן צו דעם פיילעט לייסענס, וואס נישט אסאך מענטשן האבן. עס איז אויך נישט עכט אריינגעפירט צווישן מענטשן, ווייל אויב האט מען שוין יא פיילעט לייסענס וויל מען שוין פירן א געהעריגער פליגער.
יעצט איז געקומען א קאמפעני אין כינע און ערצייגט א דראון, וואס איז זייער ענדליך צו א קאר.
עס קען פליען, און מען דארף נישט קיין לייסענס דערפאר ווייל מען קען נישט קאנטראלירן די דראון אינעווייניג אזוי ווי א פליגער אדער העליקאפטער, און עס ווערט נישט געפירט דורך א דרייווער.
וויאזוי ארבעט עס?
מען שטעלט אהן אין א קליינער טעבלעט וואס האט אין זיך א מעפ ווי איר ווילט פארן אין עס הייבט זיך אויף אין פארט אהין!
די דראון איז געווארן ערצייגט דורך די קאמפאני “Ehang” וואס געבט זיך אפ מיט מאכן דראונס, און די דראון איז אנדערש ווי אלע אנדערע דראונס אויף די מארקעט, ווייל עס איז געמאכט געווארן צו קענען טראגן א מענטש דערויף. זיי האבן עס א נאמען געגעבן “Ehang184” ווייל עס קען האלטן אין זיך 1 מענטש. עס האט 8 “פראפעלאר”ס,” און האט 4 ארעמס. עס קען פארן פאר א מאקסימום פון 20 מינוט, און קען פארן בערך 100 מפ”ש.
די קאמפעני האט צוגעשטעלט א שטאב מיט מענטשן אין א “קאמענד צענטער” ווי זיי קענען ארויסהעלפן מענטשן אינמיטן פארן, און קענען אפילו איבער נעמען קאנטראל אויב פעלט עס אויס.
אויך האבן זיי איינגעשטעלט “זיכערהייט רעגולאציעס” ווי מען קען פארן און עס איז נישט ערלויבט, ווי נעבן א עירפארט וכדו׳.
דובאי, די הויפט שטאט פון די פאראייניגטע אראבישע אימיראטן, האט שוין באשטעלט פון די דראונס געבנדיג דאס א נאמען “פליעדיגע טעקסיס” האפנדיג אז זיי וועלן אהערשטעלן די שטאט דובאי אלס די מערסט פארגעשריטענע שטאט איבער די גאנצע וועלט.