אידישע נייעס

שוועדישער נעא-נאצי פאראורטיילט

שטאקהאלם — א געריכט אין שוועדן, האט נעכטן ארויסגעגעבן א שולד אורטייל קעגן דעם פירער פון א נעא-נאצי באוועגונג, מער ווי א יאר נאכדעם וואס דער פארשוין האט געהאלטן א רעדע ביי א ראלי אין שטאקהאלם, וועלכע איז געווארן ווילד און ברוטאל.

די רעדע איז פון דער “נארדיק רעזיסטענס” באוועגונג, וועלכע ווערט געפירט דורך סיימאן לינדבערג, און ביי א ראלי אין נאוועמבער יאר 16′, האט לינדבערג געגעבן א רעדע, אין וועלכע ער האט געברענגט די פארזאמלטע צו שרייען פרא-היטלעריסטישע סלאגאנען, און די פארזאמלטע האבן זיך דערנאך ארויסגעלאזט ראיאטירן און שלאגן, ברענגענדיג צו 2 פארוואונדעטע און 5 ארעסטירטע.

דאס געריכט האט געזאגט אז לינדבערג וואלט געקענט באקומען 1 מאנאט טורמע, אבער צוליב וואס די ראלי האט פאקטיש געהאט א פערמיט, איז ער בלויז מילד באשטראפט געווארן, מיט א סימבאלישער געלט שטראף פון 98 דאלאר.

קרעדיט: דער איד

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.